אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פרעזידענט טראמפּ האט סוספענדירט פינאנציעלע שטיצע פעקלעך פאר אלע לענדער ארום דער וועלט, מיט דער אויסנאם פון מדינת ישראל און עגיפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Attendee Registration and Booth Reservation at Jewishexpos.com
פרעזידענט טראמפ אין זיין אינטערוויו מיט שאן העניטי זאגט אז אמעריקא האט איין גאר שטארקע כח קעגן כינע, און דאס איז טאריפס, אבער ער וואלט עס נישט געוואלט נוצן אויב מען מוז נישט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בואינג איז ערווארטעט צו מעלדן א פיר ביליאן דאלערדיגע פארלוסט אינעם לעצטן פערטל 2024, זייענדיג איר פינפטע יאר אין א רייע' וואס זי ענדיגט מיט פארלוסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן אין ניו יארק, צו מאכן אומלעגאל דאס שרייען אויף איינעם אדער אים סטראשען מיט א פארדעקטע געזיכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די וואפנס פארבאט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך די ביידען אדמיניסטראציע אפעקטירנדיג די טראנספער פון איין טאן באמבעס און נאך צו מדינת ישראל, איז געווארן אראפגענומען דורך די טראמפּ אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמטירנדער פרעזידענט און דיקטאטור אלעקסאנדער לוקאשענקא האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן אין בעלארוס, מיט די אנקעטעס צייגנדיג אז ער האט באקומען 87.6% פון די שטימען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל זעלנער אפערירן קעגן טעראר צילן אין די מערב ברעג, אויפרייסנדיג א געביידע אין דזשענין, גענוצט דורך טעראר אפעראטיוון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עטליכע לבנון בירגער זענען באריכטעט געווארן עלימינירט און פארוואונדעט אין קאנפראנטאציעס נאך וואס זיי האבן געשטעלט א געפאר פאר מדינת ישראל זעלנער וואס זענען נאך אויף זייערע פאזיציעס, טראץ וואס די פייער אפשטעל איז שוין אריין אין קראפט.

די מיליטער האט פארלאנגט נאך צייט, צוליב וואס די לבנון מיליטער האט נאכנישט פארפולקאמט איר אויפגאבע פון נעמען פאזיציעס אין געגנטער ווי אפגעמאכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט סוספענדירט וויזע סערוויסעס אין קאלאמביע נאך וואס פרעזידענט גוסטאווא פעטרא, האט זיך אנטזאגט צו ערלויבן צו אקצעפטירן דעפּארטאציע פליגערס מיט אימיגראנטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דיסני סי-אי-או איז באצאלט געווארן איבער 41 מיליאן דאלער דאס יאר, דאס איז 30% מער ווי זיין געהאלט אין 2023. זיין געהאלט איז אין גרויסן טייל געוואנדן אין די פירמע'ס פארדינסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו יארק וועט באשטראפן פעיפאל מיט צוויי מיליאן דאלער צוליב סייבער סעקיוריטי פארנאכלעסיגונג, וואס האט געברענגט אז די סאושעל סעקיוריטי אינפארמאציע פון פילע קליענטן זאל גע'גנב'ט ווערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער ישראל כץ האט אינטערוויואירט דריי פאטענציעלע קאנדידאטן פאר די פאזיציע פון רמטכ"ל, (העכסטע פירער פון די מיליטער) נאך וואס דער אמטירנדער פירער הרצי הלוי האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון קאלאמביע שטעלט קלאר אז ער איז גרייט צו אננעמען אימיגראנטן אבער ער וויל זיי זאלן ווערן דעפארטירט מענטשליך און נישט מיט מיליטערישע פליגערס.

דאס איז פארוואס ער איז גרייט צו שיקן זיין פערזענליכע פליגער.

ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אימיגראנטן ווי באריכטעט פריער און ביי אנדערע, נאר מיט די וועג וויאזוי זיי ווערן דעפארטירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א מיסטריעזער סאבאטאזש אפעראציע איז פארגעקומען אין די באלטישע ים, ווען לאטוויע באריכטעט אז אן אונטערוואסער קעיבל צווישן לאטוויע און שוועדן איז געווארן געשעדיגט צוליב דורך "א אן אומבאקאנטע איינפלוס."

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך וואס טראמפּ האט געלאזט פאלן ווערטער איבער אריבערפירן איינוואוינער פון עזה קיין עגיפטן און ירדן, טוט פרעזידענט א-סיסי קאטעגאריש אפווארפן די געדאנק, זיך שטעלנדיג דערקעגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לאס אנדזשעלעס האט ענדליך אנגעהויבן באקומען לאנג-ערווארטעטע רעגן, אבער וועט אין רעזולטאט אויסשטיין די געפאר פון מאראסט גליטשן.

▫️אידישער ווינקל ▫️