אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
די כוטיס האבן באפרייט די שטאב פון די געלעקסי שיף, נאך די פייער אפשטעל.

די מאטראזן פון די שיף זענען שוין פארכאפט דורך די כוטיס פאר העכער א יאר און זענען יעצט געווארן באפרייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו-יארק-סיטי מעיאר, עריק עדעמס זאגט אז ניו יארק סיטי ארבעט מיט די ICE אימיגראציע אגענטור, און אז ווילדע פארברעכער וועלן דעפארטירט ווערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*3 Days Left!! Win $100,000!! For just $30!!!*
at the Satmar Keren Chasanim Raffle
https://donary.com/KerenChasanim-yv
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער נתניהו, האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אויף עקס, וואו ער ווייזט סימפאטימע פאר אילאן מאסק, נאך וואס מאסק איז באשולדיגט געווארן אויפ'ן מאכן דעם נאצישן סאלוט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עמאזאן וועט פארמאכן אלע אירע זיבן וועירהאוז לאקאציעס אין קוויבעק, א זאך וואס די פאראיין איבער יענע ארבעטער באשולדיגן אז עמאזאן טוט דאס בלויז זיי אפצושוואכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט פארלאנגען זאפארטיגע שטארקע ראטע שניטן פון די פעד, און ער ערווארט אז די וועלט וועט נאכמאכן.

די קאמענטארן קומען טעג בעפאר די פעדעראלע רעזערוו וועט זיך טרעפן פאר א זיצונג איבער די ראטעס, וואו עס זענען דערווייל נישט ערווארטעט קיין שום טוישונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אידישע וועלט שטייט געשפאנט צו הערן אן אפדעיט מארגן, איבער דער צושטאנד פון די ביבס פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען פארכאפט געווארן דורך כאמאס אום אקטאבער זיבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*2 Days Left!! Win $100,000!! For just $30!!!*
at the Satmar Keren Chasanim Raffle
https://donary.com/KerenChasanim-yv
פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעווארפן דעם TSA אדמיניסטראטאר, אינאיינעם מיט נאך עטליכע הויכע TSA באאמטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט פארארדנט אז אלע קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער די אטענטאטן פון דזשאן עף קענעדי און ראבערט עף קענעדי, זאלן ווערן פארעפנטליכט פאר די פובליק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי איז גרייט צו פארהאנדלען מיט אים און אז ער וויל זיך טרעפן מיט רוסישער פרעזידענט פּוטין אין דער נאנטער צוקונפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס ערלויבט צו דעפּארטירן סטודענטן וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט מיט שטיצע פאר טעראריסט גרופעס ווי כאמאס און כיזבאלא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז 69% פון די געביידעס אין צפון עזה און 48% פון די שטאט רפיח זענען געשעדיגט אדער פארניכטעט געווארן אין די אנגייענדע מיליטערישע אפעראציעס דורך די מדינת ישראל מיליטער אין איר קאמף קעגן כאמאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן האט די פירמע מייקראסאפט געשאפן טיפע באציאונגען מיט די מדינת ישראל מיליטער דורכאויס איר מלחמה אין עזה.

צווישן אנדערע האט מייקראסאפט צוגעשטעלט עי-איי און טעכנאלאגישע געצייגן צו ארויסהעלפן די מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ענדי אגלעס האט געשריבן א דרעפט פון א טויש אין די קאנסטיטוציע צו ערלויבן דאנעלד טראמפּ צו זיין פרעזידענט פאר א דריטע טערמין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די טראמפּ אדמיניסטראציע האט פארארדענט אז דאקטער אנטאני פאוטשי זאל פארלירן זיין פריוואטע זיכערהייט איינהייט, וועלכע איז געווארן פינאנצירט דורך אמעריקאנער שטייער-צאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
כאמאס האט איבערגעגעבן א ליסטע פון פיר פרויען משכונות וועלכע ווערן באפרייט אין די ווייטערדיגע פארהאנדלונגען, דאס נעמט אריין, קארינע אריעוו, דניעל גלבוע, נעמי לעווי, און לירי אלבג. זיי האבן אלע געדינט אלס סאלדאטן אין די מדינת ישראל מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קרעפטן פון די אמעריקאנער מארין זענען אנגעקומען קיין טעקסאס צו די גרעניץ מיט מעקסיקא, צו ארויסהעלפן די טראמפּ אדמיניסטראציע'ס מיסיע צו אויפהערן די אומלעגאלע פלייץ אריין אין די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך 477 טעג אין געפענגעניש זענען היינט נאך פיר משכונות באפרייט געווארן דורך כאמאס, אין אן אויסטויש ווי מדינת ישראל האט באפרייט טעראריסט ארעסטאנטן.

כאמאס האט אהערגעשטעלט א פראפעגאנדע שפיל איידער באפרייען די סאלדאטן ווי זיי האבן פרובירט צייגן אז זיי זענען ביי דער מאכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פּיעט העגסעט איז געווארן באשטעטיגט אלס דער קומענדיגער פארטיידיגונגס סעקרעטאר, מיט דזשעי-די ווענס זייענדיג דער 51-סטער שטימע, נאך וואס די סענאט איז געווען צעטיילט 50/50.

▫️אידישער ווינקל ▫️