אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פלארידא גאווערנאר ראן דיסענטיס אדאפּטירט און נוצט די טערמין גאלף אוו אמעריקא נאך וואס פרעזידענט טראמפּ האט געטוישט די נאמען פון די גאלף אוו מעקסיקא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די צאל פארוואונדעטע אין תל אביב איז געשטיגן צו פיר, דער טעראריסט שטעלט זיך ארויס צו זיין א מוסלעמענער, אמעריקאנער בירגער, געבוירן אין מאראקא וואס האט געמאכט זיין וועג צו מדינת ישראל עטליכע טעג צוריק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מארקא רוביא איז געווארן איינגעשוואוירן אלס סעקרעטערי אוו סטעיט דורך וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בליק אויף צוריק: מיליאנען פראטעסטירן דאנעלד טראמפּ'ס איינשווערונגס צערעמאניע ביי זיין געווינס אין יאר 2016.

אנדערש ווי דאן, זעט זיך אן א מינימאלע קעגנערשאפט מיט די מידיא און אנטי טראמפערס אנערקענענדיג די רעאליטעט מיט אן אנדערע צוגאנג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*3 Days Left!! Win $100,000!! For just $30!!!*
at the Satmar Keren Chasanim Raffle
https://donary.com/KerenChasanim-yv
די מדינת ישראל מיליטער בויעט מיליטערישע סטרוקטורן אין סיריע נאך וואס די אסאד רעזשים איז געפאלן.

עס צייגט אז די מיליטער פלאנט צו בלייבן אין סיריע פאר א לאנגע צייט מיט באזעס און זיכערהייט אינפעסטראקטור.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט אין זיין ערשטע טאג אין אפיס פארגעשטעלט אן אסטראנאמישע אינוועסטירונג פון א האלבע טריליאן דאלער, צו אויפשטעלן מעגא עי-איי צענטערן וואס וועלן ברענגען דזשאבס און פארגעשריטענע הילף פראגראמען פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג.

אפען-עי-איי סי-אי-או סעם אלטמאן וועלכע האט זיך באטייליגט מיט אנדערע עי-איי אינוועסטירער און פירער האט געזאגט פארנט פון פרעזידענט טראמפּ, אז דאס וואלט נישט צושטאנד געקומען אן אים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א זעלטענע שניי שטורעם האט זיך אראפ געלאזט אין די ווארעמע שטאטן פלארידא, לוזיאנא און טעקסאס, און האט געברענגט 3 ביז 6 אינטשעס שניי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בעראן טראמפ גייט אין זיין פאטערס פיס טריט, ווען ער האט לויט באריכטן געעפענט זיין אייגענע לוקסריעזע ריעל עסטעיט ביזנעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפ האט געהייסן פעדעראלע אגענטורן, זיי זאלן אפזאגן אלע זייערע ליבעראלע DEI ארבעטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן זאגט אז וואס ביידען האט געטון אויפ'ן וועג ארויס מיט'ן פּארדאנירן זיין פאמיליע איז שאקירנד און אטעם פארכאפנד.

ער זאגט אז די צוגאנג פון די מידיא, וואס האט אין טראמפּ'ס טערמין געהאקט קעגן אזא מעגליכקייט פון טראמפּ, און איגנארירט יעצט ביידען איז עקלדיג.

ער פארשפרעכט אז מען גייט אריינקוקן און אויספארשן די ביידען פאמיליע דערוועגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גוגל האט אינוועסטירט נאך א ביליאן דאלער אין אנטראפיק, אפען עי-איי'ס קאנקורענץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עס ווערט געשאצט אז פיר מענטשן זענען אומגעקומען פונעם ווינטער שטורעם אין דרום-מזרח אמעריקא, א שטורעם וואס האט געברענגט טיילן אין לואיזיאנא צו באקומען בליזארד ווארענונגען צום ערשטן מאל אין היסטאריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך ארויף שטעלן 10 פראצענט טאריפס אויף כינעזער אימפארטן, אזוי פרי ווי פעברואר 1.

טראמפ האט אריגינעל געסטראשעט מיט 60 פראצענט טאריפס אויף כינע, אצינד בלייבט איבער צו זען אויב ער וועט שפעטער צולייגן נאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפּ אין א שארפע מעסעדזש איבער די רוסישע מלחמה זאגט צווישן אנדערע אז די רוסישע עקאנאמיע טראסקעט, און אז אויב רוסלאנד וועט נישט איינשטימען פאר א דיעל, וועט ער מוזן לייגן שארפע שטייערן טאריפס און סאנקציעס אויף אלעס וואס ווערט פארקויפט פון רוסלאנד צו די פאראייניגטע שטאטן.

"עס איז צייט צו מאכן א דיעל," זאגט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פילע מארקעטינג פירמעס זענען ערשינען מיט שיינע שעפערישע וואונטשן פאר דער איד צייטונג, וועלכע פייערט א היסטארישע צייט מיט'ן טוישן צו א מאגאזין פון א צייטונג.

צווישן אנדערע ערשיינען די פירמעס פּיוועט, מידיא אט"ג, פּינעקס, מענגא, און אסאך אנדערע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע פייער האט אויסגעבראכן אין לאס אנדזשעלעס' קעסטעיק געגנט, מיט פילע ווערנדיג געצווינגען צו עוואקואירן.

די פייער ווערט אידענטיפיצירט אלס די האגעס פייער, עס ברענט שוין אויף 3,400 אקער לאנד און איז 0% פארלאשן, עס ווערט געטריבן דורך שטארקע ווינטן.

דאס קומט אין א צייט וואס די פאליסעידס און איטען פייער מאכן ענדליך פראגרעס און זענען שוין מער ווייניגער אונטער קאנטראל.

די פייער דעפארטמענט רעאגירט צו די פייער און פארלאנגט נאכאנאנד נאך הילף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באלד די גאנצע געגנט פון צפון סאנטא קלאריטע איז אונטער אן עוואקואציע פארלאנג, מיט די האגעס פייער פארזעצנדיג צו ברענען אין אן אלארמירנדע פארנעם אין ריכטונג פון די שטאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט געענדיגט אנגרייטן די פונדאמענטאלע סטרוקטור פאר א נארמאליזאציע דיעל מיט סאודי אראביע, מיט די טראמפּ אדמיניסטראציע ארבעטנדיג אויף דיסקוסיעס צו אויסארבעטן די צווייטע פאזע פון די עזה פייער אפשטעל און משכונות אפמאך, צו אנגרייטן די וועג פאר די סאודי-אראביע, מדינת ישראל דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די טאליבאן האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן פרעזידענט טראמפּ'ס פארלאנג אז זיי זאלן אומקערן זיבן ביליאן דאלער ווערט פון מיליטערישע ווערד וואס געבליבן אין אפגאניסטאן נאך די כאאטישע ארויסציאונג פון אפגאניסטאן דורך די ביידען אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️