אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער סאטמארער פילאנטראפ יואל לאנדא האט געמאלדן אז מלמדים און איינגעשטעלטע אין די סאטמארע מוסדות וועלן געניסן פון א 30% העכערונג אין די געהאלטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥14🤣8👍3💯2
רוסלאנד וועט מעגליך פארבאטן די פאפולערע וואטסעפ פלאטפארמע אין יאר 2025 אויב זי שטעלט זיך נישט צו צו די רוסישע לעגיסלאציע.

רוסלאנד פארלאנגט אז וואטסעפ זאל אוועקלייגן די דאטא אין רוסלאנד און דאס צושטעלן אויף די פארלאנג פון די עף-עס-בי, אין פאל זיי בעטן עס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁6
פוילן זאגט אז אויב מדינת ישראל פריים מיניסטער וועט אנקומען צו די אוישוויץ 80 יעריגע מעמאריעל אפצייכענונג וועט ער ווערן ארעסטירט. 🇵🇱

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣14👎8👍2🤨1
לוזשי מאנדזשיאן, דער מערדער וואס האט אומגעברענגט דער סי-אי-או פון יונייטעד העלטקעיר האט זיך היינט דערקלערט אומשולדיג אויף מערדעריי און אנדערע קלאגעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁9
די אויטאמאביל פירמעס ניסאן און האנדא באשטעטיגן אז זיי זענען אריין אין געשפרעכן איבער זיך צוזאמשטעלן און פאראייניגן אלס איין פירמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎2🤯2👏1
פּאנאמע'ס פרעזידענט האט רעאגירט צו טראמפּ'ס רעטאריק איבער צוריק נעמען די פּאנאמע קאנאל, זאגנדיג אז "אונזער הערשאפט איבער די קאנאל איז נישט צום פארהאנדלען. טראמפּ האט שפעטער געשיקט א בילד פון די קאנאל, דאס אנרופנדיג "די פאראייניגטע שטאטן קאנאל." 🇵🇦🇺🇸

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍11🔥1
מדינת ישראל זעלנער אין סיריע האבן אפגעפונען ברוכווארג פון א מדינת ישראל מיליטערישע העליקאפטער וואס האט געקראכט 50 יאר צוריק, אינמיטן דורכפירן א רעטונגס מיסיע צו עוואקואירן זעלנער געשעדיגט אין אן עקסידענט.

.▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פאלעסטינער פאליטיקאנט אכמאד טיבי האט היינט קאנפראנטירט מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו אין די כנסת: נאך די אומפאל פון די אסאד רעזשים, ביסטו דער לעצטער דיקטאטור אין די מיטל מזרח.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎12💯7😁6👍2👌2
כוסעין סאלאמי, דער קאמאנדיר פון די איראנער רעוואלוציע האט היינט געזאגט: "די רעוואלוציע גארד איז זייער מאכטפול ווייל עס איז פארבינדן צו העכערע גייסטישע כוחות, און קיינער קען דאס נישט באזיגן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣25😁17
174 מענטשן זענען געראטעוועט געווארן דורך שטריק, נאכן זיין געשטראנדעט אויף א טשעירליפט אין קאלאראדא פאר לאנגע שטונדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
פרעזידענט ביידען האט געטוישט די שטראף פאר 37 פון די 40 פארברעכער וועלכע שטייען אויס טויט שטראף פאר מערדעריי, און האט זיי אנשטאט געגעבן לעבנסלענגליכע טורמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎22👍2
טראמפ זאגט אז 'מאסק וועט נישט זיין פרעזידענט'. דאס קומט אין א צייט ווען מאסק'ס איינפלוס זעהט זיך שטארק אן, און טראמפ קריטיקירער זאגן אז ער וועט פירן דאס לאנד ווי אזוי ער וויל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2👎1
מאסק'ס עקס עי-איי פירמע פירט א דורך פראבעס אויף א עפפ פאר איר גראק-2 טשעט באט אויף עפל דעווייסעס. די טשעט באט איז שוין אין באנוץ פאר עקס מעמבערס און אצינד ווילן זיי דאס מאכן אין א געווענליכע עפפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍31
אויטאריטעטן אין בראזיל האבן געטראפן כינעזער בירגער ארבעטן אין א בי-וויי-די פאבריק אין בראזיל אונטער שווערע און אומלעגאלע אומשטענדן.

טייל פון די ארבעטער האבן געדארפט האלטן זייערע פאספארטן ביי די פירמע אלץ משכון. אויטאריטעטן פארשן די אנטוויקלונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א געריכט האט נאכגעגעבן די ביטע פון אדוואקאטן פון דער מאן וועלכע האט פרובירט צו הרג'ענען פרעזידענט טראמפ אין פלארידא, און האט אפגעשטופט דעם געריכט דאטום צו געבן מער צייט פאר די אדוואקאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎9
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די GB ווינטער סעיל איז דא
🔥4👍1
א רוסישע קארגא שיף האט איינגעזינקען אינעם מיטלענדישן ים נאך וואס די מאטאר צימער האט עקספלאדירט.

עס איז נישט קלאר די אורזאך פונעם אויפרייס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5🤨1
סטעלאנטיס איז איינגעגאנגען צו באצאלן 4.2 מיליאן דאלערדיגע געלט שטראף אין קאליפארניע פארן נישט נוצן קיין גוטע לופט קוואליטעט קאנטראל דעווייסעס אין עטליכע פון אירע מאדעלן, ברענגענדיג קליענטן צו אטעמען שעדליכע לופט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎2
די דרום קארעאנער פארלאמענט זאגט אז זיי וועלן איבער טראכטן צו זיי ווילן אראפ ווארפן דעם פרישן פרעזידענט האן דאק-סו, אנשטאט דאס אויפברענגען היינט דינסטאג ווי ערווארטעט.

דאס קומט קוים איבער א וואך נאך וואס די פארלאמענט האט אראפ געווארפן יאן סוק יאל צוליב זיין מארשאל געזעץ דעקלעראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍21
רוסלאנד האט ארויפגעלייגט א 6 יעריגער פארבאט אויף קריפטא וואלוטע מיינינג צוליב וואס עס איז פארהאן א מאנגל אין ענערגיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️