אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
Is your Computers protected?

Keep your Computers
up and running and data secure with
White Glove services

Wide Tech will handle all your IT needs and provide real time support should an issue arise

Click the link below to learn more
Wa.me/17186373911
👍2😁1
א פליגער פון אזערבידזשאן לופטליניע האט אראפ געקראכט אין קאזאקסטאן אויפן וועג קיין רוסלאנד, די צאל אומגעקומענע זענען שטייט דערווייל ביי 38.
😢9👍1
פיר מענטשן זענען אראפ געקלאפט געווארן נעכטן נאכט אויף 60 סטריט און פארט העמילטאן אין בארא פארק, קיינער פון די געשעדיגטע זענען נישט אין קיין לעבנס געפאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פירמע וועמענס קארגא שיף האט איינגעזינקען נעכטן אינעם מיטטלענדישער ים זאגט היינט אז דאס איז געווען א טעראר אקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קעניג טשארלס פון ענגלאנד האט גענוצט די טראדיציאנאלע יערליכע מעסעדזש צו באדאנקען די דאקטוירים וועלכע באהאנדלען אים נאכ'ן ווערן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה ל''ע.

דאס איז א אינטערעסאנטע אקט וויבאלד די סארט רעדעס זענען אייביג געווען ענדערש פארמאל און האבן זיך באצויגן צו גרויסע פאסירונגען אינעם יאר, ווי איידער אזוי פערזענליך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מעקסיקא'ס נייע פרעזידענט האט געשיקט טויזענטער טרופן צו צוקלאפן דראג קארטעלן וועלכע האבן זיך צופירט די הענט, טראץ וואס זי האט ביי איר קאמפיין פארשפראכן צו נעמען אן אנדערע ליניע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁1
איראן זאגט אז זיי זוכן גרינגער צו מאכן זייערע צוימונגען אויף אינטערנעט, און זיי וועלן אנפאנגען מיטן עפענען וואטס-עפפ און גוגל פלעי וועלכע איז ביז יעצט געווען בלאקירט אין לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁7🤣2👏1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע אנטוויקלונגען: די אזערביזשאנער פליגער איז באמערקט געווארן צו פארמאגן שאדנס פון שראפנעל און אויטאריטעטן פארשן אויב די פליגער איז מעגליך געווארן אטאקירט דורך רוסישע פארטיידיגונגס סיסטעמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤯5👎3👨‍💻1
Help Shai Graucher on his mission and give these widows and orphans a Chanukah full of joy!
https://koachtzvika.com/stands-with-shai/
👍1
אין די פּעפּערקראסט רעסטוראנט אין מאנסי, האט מען אהערגעשטעלט א שיינע מנורה צו באגריסן די קליענטן, מיט פלעשער פון די טאקילע געטראנק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥰6🆒2👍1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין די רוסישע שטעטל טיומען אין סיביר האט דער חב"ד קהילה געלאזט אהערשטעלן א הערליכע מנורה אויסגעשניצט מיט אייז, אין די קאלטע וועטערס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
20👍2🔥1
די מדינת ישראל מיליטער האט פריער אין טאג אטאקירט עטליכע צילן אין תימן אריינגערעכנט די לופטפעלד אין די הויפטשטאט צנעא, אלס נקמה אויף די כוטי רעבעלן אטאקעס וועלכע זעצן פאר צו שווער מאכן די לעבנס פאר איינוואוינער אין לאנד.

אין בילד: די קאנטראל טאוער פון די לופטפעלד גענצליך פארניכטעט, לאזנדיג די לופטפעלד פארקריפלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7👎21
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ווייטערדיגע אויספארשונגען צייגן אז די אזערביזשאנער פליגער וואס האט געמאכט איר וועג פון באקו צו גראזני, איז אטאקירט געווארן נעבן גראזני דורך א רוסישע פאנטסיר פארטיידיגונגס סיסטעם מיסיל.

די רוסישע עלעקטראנישע ווארפער סיסטעמען האבן אויך פארקריפלט די פליגער'ס קאמיוניקאציע, מאכנדיג אז די פליגער זאל אראפגיין פון די ראדארן העכער די רוסישע הימלען.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס רוסישע פארטיידיגונגס סיסטעמען שיסן אראפ ציווילע עראפלאנען פון די הימלען.


▫️אידישער ווינקל ▫️
4😢4😁1
באאמטע אין רוסלאנד האבן צייטוויליג פארשלאסן אלע פיר לופטפעלדער אין מאסקווע, אריינגערעכנט די שערעמאטיווע לופטפעלד צוליב זיכערהייט סיבות, אבער האבן נישט קלאר געזאגט וואס די זארגן זענען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליציי האבן ארעסטירט א פארברעכער וועלכע האט דורכגעפירט א שטעכעריי אטאקע אינעם צענטראלן סאבוועי סטאנציע אין ניו יארק, וואו צוויי מענטשן זענען געשעדיגט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
אן אנאנימער באאמטער פון גוואטעמאלע האט געזאגט פאר רויטערס אז דאס לאנד טראכט ערנסט פון אריין נעמען די אימיגראנטן וועלכע וועלן ווערן אויסגעליפערט פון אמעריקא, זאגנדיג אז זיי זוכן צו האבן גוטע באציאונגען מיט די טראמפ אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥6👍3
טראמפ האט אויף זיין סאציאלע מידיא פלאטפארמע געשריבן חאגע וואונטשן פאר ''די ראדיקאלע לינקע משוגעים, און ספעציעל פאר זייער קעגנער, איך''.

ער האט צוגעלייגט אז די 37 מערדער וועלכע ביידן האט באגנאדיגט וויל ער נישט וואונטשן, נאר זיי זאלן ענדערש ''גיין אין גיהנום''...

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁12🔥9👍4👎3🥱1
לויט באריכטן האבן אוקראינער זעלנער פארכאפט דעם ערשטן מלחמה ארעסטאנט פון די צפון קארעא מיליטער, וועלכע זענען געשיקט געווארן צו קעמפן קעגן אוקראינע, אין די קורסק פראנט אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏14😁3👍1
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט זיך אנטשולדיגט פאר דער אזערביזשאנער פרעזידענט איבער די טראגישע אינצידענט ווי אן אזערביזשאנער ציווילער פליגער איז געווארן אראפגעשאסן, זאגנדיג אז רוסישע לופט פארטיידיגונגס קרעפטן האבן רעאגירט צו אן אוקראינישע דראון אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣8👍2
די אמעריקאנער האוזינג דעפארטמענט זאגט אז די לעצטע יאר צייט איז היימלאזיגקייט געשטיגן א שטוינענדע 18%, אין רעזולטאט פון הויכע פרייזן און די שווערע עקאנאמיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱2