אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דער געוועזענער אמבעסאדאר קיין מדינת ישראל דעוויד פרידמאן מעלדט אז זיין וואטסעפ אקאונט איז געווארן געהעקט, ער בעט מען זאל איגנארירן זיינע מעסעדזשעס ביז עס ווערט פאראכטן דער פראבלעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤨6😱3
די ווייסע הויז אדמיניסטראציע באשטעטיגט אז פרעזידענט ביידען און ערשטע פרוי דזשיל ביידען וועלן זיך באטייליגן ביי פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ'ס איינשווערונגס צערעמאניע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥12👍3
די קאושער הייוו גראסערי אין עירמאנט געגנט אין מאנסי, וועט זיך היינט צוריק עפענען אונטער די פירערשאפט פון די עווערגרין גראסערי פארוואלטונג, אלס א ביליגע 'דיסקאונט' געשעפט, צו סערווירן גרעסערע פאמיליעס, נאך וואס די געשעפט האט געשלאסן טויערן צוליב פינאנציעלע פלאגעניש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥15🤣4
די מדינת ישראל מיליטער באשטעטיגט אז אירע זעלנער האבן שוין דערגרייכט די ליטאני טייך, אין צפון לבנון, די טייך איז דער סימבאלישע צייכן אויף די מאפע ביז וואו כיזבאלא מעג גיין לויט די יו-ען אפמאך 1701.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍14👎1👨‍💻1
געוועזענער פריים מיניסטער פון מדינת ישראל, נפתלי בענעט, איז מנחם אבל די פאמיליע פון דער חב"ד שליח הקדוש צבי קוגן הי"ד וועלכע איז דערמארדעט געווארן אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן דורך דריי אוזבעקיסטאנער אפשטאמיגע טעראריסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥11👎2😢21
די מדינת ישראל מלחמה קאבינעט האט באשטעטיגט א פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און לבנון, וועלכע וועט אריינגיין אין קראפט מארגן 10:00 צופרי, לאקאלע צייט. די פייער אפשטעל ווערט פארהאנדלט און אהערגעשטעלט דורך די פאראייניגטע שטאטן און פראנקרייך, די לבנון מיליטער וועט אלס טייל פון די אפמאך איבערנעמען די טעריטאריע ביז די ליטאני טייך און אנפירן מיט די זיכערהייט.

מען קען ערווארטן מאכטפולע אטאקעס דורכאויס די נאכט, מיט בלויז עטליכע שטונדן בלייבנדיג פארבליבן ביז ווען מדינת ישראל מיליטער וועט ענדיגן אלע אירע צילן וואס זי וויל נאך אטאקירן אין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎8
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
קאלומס פון די לבנון מיליטער שלענגלען זיך צו די דרום געגנטער, אלס טייל פון די פייער אפשטעל אפמאך צווישן מדינת ישראל און לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍41
מדינת ישראל פריים מיניסטער האט זיך געטראפן מיט אלע מעיארס, ערוויילטע באאמטע און שטאטישע פירער פון געגנטער אין צפון, זיי צו לאזן וויסן די דעטאלן ארום די פייער אפשטעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6👎4
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער איבער די פייער אפשטעל, מיט די דריי אורזאכן פארוואס ער האט געוואלט גיין דערפאר.

1. צו פאקוסירן אויף די איראנער געפאר, "און איך וויל נישט עלאבערירן דערויף" 2. צו אויפפרישן די מיליטער 3. צו אפטיילן לבנון און עזה.

נתניהו האט אנגעבליך געגעבן א נאטיץ פאר טעהראן: מיר וועלן יעצט פאקוסירן אויף די איראנער נוקלעארע פלאן.

ווידעא: שלדג זעלנער נוטראליזירן ראקעטן אין ריכטונג צו ארץ ישראל, אין די ליטאני טייך געגנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
4😢1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מיט די פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא אריינגייענדיג אין קראפט אין די קומענדיגע שטונדן, ווערט געבראכן די הייסע צוזאג דורך דער געוועזענער כיזבאלא פירער כאסאן נאסראלא "אז די לבנון פראנט וועט נישט רוען ביז א פייער אפשטעל וועט ווערן דערגרייכט אין עזה."

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣19👍1
אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען זאגט אז אין די קומענדיגע טעג וועט ער פרובירן שטופן אז טערקיי, מדינת ישראל, קאטאר און אנדערע לענדער זאלן אנטוויקלען פלענער פאר א פייער אפשטעל אין עזה, מיט די משכונות באפרייט און אן ענדע צו די קריג אן כאמאס פירנדיג עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍8👎7
אדוואקאט אלען דערשאוויץ האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א גרופע פון אדוואקאטן פון ארום דער וועלט צו העלפן מדינת ישראל פארטיידיגן אירע פירער אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
💯112👍2🥰2🔥1
דיזני איז איינגעגאנגען צו באצאלן 43.3 מיליאן דאלער פאר אירע פרויען ארבעטער, צו שליכטן קלאגעס קעגן איר איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט דורכאויס די פארגאנגענע אכט יאר געצאלט העכערע געהאלטן פאר מענער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎1
גוגל וועט איינשטעלן עטליכע טוישונגען אין איר זוכעריי רעזולטאטן אין אייראפע, צוליב וואס רעגולאטארן האבן זיך גענומען איבער די פירמע זיכער צו מאכן אז זי באגייט נישט קיין מאנאפאל פארברעכן קעגן אירע קאנקורענטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6😱1
די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטרציע האט זיך ענדליך דערמאנט, און האט היינט געמאלדן אז די אינצידענט ווען רויעך איז אריין אין א בואינג 737 מעקס נאך וואס פייגל זענען אריין אין די מאטאר, פארלאנגט נישט קיין עמערדזשענסי רעאקציע, און וועט באהאנדלט ווערן ווי געווענליך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁7
אין רעאקציע צו טראמפ'ס אנאנסירונג אז אויסער די געהעריגע טאריפס פלאנירט ער צוצולייגן נאך צען פראצענט טאריפס אויף כינעזער אימפארטן ווילאנג זיי שטעלן נישט אפ דראג אקטיוויטעטן, ווארנט די כינעזער מידיא אז דאס וועט אריין פירן די צוויי לענדער אין א האנדלס קריג וועלכע וועט שאדן מאכן פאר ביידע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣6👌5👍3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער מעלדט אז די געהיימע און גיגאנטישע מיסיל פראדוקציע בונקער מיט וואס כיזבאלא האט שטאלצירט, און פארעפנטליכט ווידעאס דערפון האלטנדיג אלס א מיליטערישע געהיימעניס, איז באמבארדירט געווארן און פארניכטעט געווארן.

די פראדוקציע בונקער איז געווען 1.4 קילאמעטער לאנג, און זיך געפונען נעבן די גרעניץ מיט סיריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7🔥1
נעטפליקס האט געוואונען א קלאגע אריינגעגעבן דורך שעיר האלטער אז די פירמע האט באהאלטן די אימפאקט פון סובסקרייבער אקאונט שעירינג.

די קלאגע איז אריין געגעבן געווארן נאך וואס נעטפליקס האט צום ערשטן מאל פארלוירן סובסקרייבער אין צען יאר, צוליב וואס סובסקרייבער גיבן אוועק זייער לאג-אין אינפארמאציע פאר אנדערע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט באשלאסן צו מעלדן פאר די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אז ער גייט אפעלירן די באשלוס צו ארויסלייגן ארעסט ווארענטס קעגן אים און געוועזענער פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
9🥱2👎1
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
*טאג און נאכט, 24/7.*
א איד איז קיינמאל נישט אליין אין שפיטאל. חסד 24/7 איז אלעמאל דא פאר אים, ארויסצוהעלפן מיט אלס וואס ער דארף.

*העלפט חסד 24/7 ווייטער אנגיין צו שטענדיג קענען העלפן אנדערע:*
https://www.charidy.com/chesed?utm_source=yv