אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
איינער פון די ראקעטן פון כיזבאלא האבן אנגעמאכט שאדנס אין די אראבישע טולכרם געגנט אין די מערב ברעג, פירנדיג צו אמווייניגסטנס 15 ערנסט געשעדיגטע לאקאלע בירגער.

טולכרם איז אפט אין די נייעס פאר'ן זיין א נעסט פון טעראר און די מדינת ישראל אפערירט דארט קעגן טעראריסטן יעדע שטיק צייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9🔥6
די איי-דזשי מעטאל ארבעטער פאראיין וועלכע פארטרעט פילע פאלקס-וואגאן ארבעטער שלאגט פאר א סטרייק אויף סעפטעמבער 1, נאך וואס געשפרעכן מיט די פירמע זענען דורך געפאלן און טוען נישט צופרידן שטעלן די ארבעטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🆒1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
היינט נאכט, א מעמד מלא הנאה!
🔥3👨‍💻1
טראמפ'ס קאמערץ סעקרעטאר האווערד לוטניק ארבעט אנגעבליך אז זיין פירמע קענטאר פיטסגעראלד זאל קענען אנהויבן בארגן געלטער פאר אינדיווידואלן וועלכע ווילן נוצן ביטקוין אלץ משכון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍4😨1
א פעדעראלע דזשורי האט פרייטאג געהייסן סעמסאנג צו באצאלן 118 מיליאן דאללאר פאר די קאמפיוטער מעמארי פירמע נעטליסט, צוליב באשולדיגונגען אז סעמסאנג האט גענוצט נעטליסט טעכנאלאגיע אהן ערלויבעניש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎2🕊1
די SEC באשולדיגט דעם אינדיאנער ביליאנער גואטאם אדאני מיט זיין נעפיו פארן שמירן אינדיאנער אינסטאנצן צו באקומען רעגירונג קאנטראקטן צוצושטעלן סאולער פאר די רעגירונג. די אדאני גרופע לייקענט די באשולדיגונגען זאגענדיג אז עס איז באזירט אויף לופט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1👏1
"דער סטאק מארקעט איז א פלאטפארמע וואו די קלוגע נעמען געלט פון די וועלכע ווייסן נישט וואס זיי טוען"

לערנט אייך דעם סטאק מארקעט שפיל אויף א באקוועמען אופן! הונדערטער אידן באקומען עקספערט אנאליזן, געדאנקען און סטראטעגיעס ארום דעם סטאק מארקעט אין קריפטא אויף אימעיל, פריי פון אפצאל!

זיך אויפצוסיינען דרוקט: http://eepurl.com/iOiGvk

צו ליינען אן אריינפיר צום סטאק מארקעט דרוקט: http://eepurl.com/iUhlmo

פאר אינפארמאטיווע ארטיקלען איבערן סטאק מארקעט באזוכט אונזער וועבזייטל: www.MarkeTzifern.com
👍1
די ביטערע טראגעדיע אין די עמיראטן מיט די מארד פון א חב"ד שליח | די ארעסט ווארענטס אויף מדינת ישראל פירער דורך די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט | נייעס אנאליז דורך בארימטע שריפטשטעלער און קאמענטאטאר מענדל אונגער.

סובסקרייבט צו אידישער ווינקל יוטוב פאר געשמאקע אינהאלט.

https://youtu.be/NHONsCkzh30?si=aNsGzXDXj7QEo4Vs
9
ספעציעלע קאונסיל דזשעק סמיט האט געבעטן א ריכטער ער זאל ארויסווארפן אלע קלאגעס קעגן פרעזידענט עלעקט טראמפּ אין די וואלן שווינדלעריי קלאגעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7🔥1
קאמעלע העריס זאגט פאר ארומיגע ראטגעבער אז זי בלייבט אין די קאמף און טראכט פון מעגליך לויפן פאר קאליפארניע גאווערנאר אין 2026 אדער פאר די פרעזידענטליכע נאמינאציע אין יאר 2028.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣44👎4👍1😴1
די לויה פון חב"ד שליח הקדוש צבי קוגן קומט יעצט אין כפר חב"ד אין ארץ ישראל.

מען קען עס מיטהאלטן לעבעדיג:
https://www.chabad.org/multimedia/video_cdo/aid/6677218/jewish/LIVE-Broadcast-Funeral-for-Rabbi-Zvi-Kogan.htm

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢2
דער ווייסער הויז זאגט אז פרעזידענט ביידענ'ס פאליסיס האבן געברענגט פירמעס צו אינוועסטירן איבער א טריליאן דאלער אין די אמעריקאנער עקאנאמיע, ספעציפיש אין טשיפ פראדוקציע און ריינע ענערגיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣18👍5👏1
שוין די זיבעטע מאל אין א רייע: די באנק אוו איזראעל לאזט די אינטערעסט ראטעס אומגעטוישט, עס איז יעצט ביי 4.5%

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6
די יונייטעד אראב עמיראטן פארעפנטליכט בילדער און נעמען פון די דריי מערדער וועלכע האבן אומגעברענגט הקדוש צבי קוגן הי"ד.

אלימבעי טאכיראוויטש, 28, מוכאמעד דזשאן אבד אל-ראכים, 28 און אזיזעט קאמאלאוויטש, 33, אלע דריי זענען אוזבעקיסטאנער אפשטאמיגע.

די דריי מערדער זענען האבן שוין געהאט אנטלאפן צו אן אנדערע לאנד, וואו זיי זענען געווארן ארעסטירט און צוריק אפגעליפערט צו די עמיראטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍91
די ניו יארק טיימס באריכט אז די אמעריקאנער רעגירונג פלאנירט צו שניידן זייער 8.5 ביליאן דאלערדיגע גרענט פאר אינטעל צו פראדוצירן טשיפס, און וועט זיי אין ענדע געבן ווייניגער ווי אכט ביליאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער איראנער גייסטליכער פירער אייטאלא כומעיני זאגט אז די ארעסט ווארענטס פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט זענען נישט גענוג און ער דארף אויסשטיין טויט שטראף. די אנוועזנדע רעאגירן מיט'ן שרייען: "טויט צו אמעריקא, טויט צו מדינת ישראל."

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱9🤣3😁2
די לופטפעלד אין ווילנע, ליטא, מעלדט אז א פליגער פון די די-עידזש-על, אינטערנאציאנאלע קארגא און טראנספארטאציע פירמע האט געקראכט.

איין פילאט איז געשטארבן אין די אינצידענט און דריי אנדערע אין א צוויי שטאקיגע געביידע זענען געשעדיגט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤯4👍1🥱1
די כינעזער עלעקטראנישע אויטאמאביל ריז בי-וויי-די האט געמאלדן אז זיי וועלן קומענדיגע יאר אנהויבן נוצן א נייע סארט באטעריע פאר אירע אויטאמאבילן, איינס וואס וועט זיין קלענער און מער פארזיכערט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥰2
נאך וואס צפון קארעא האט געשיקט זעלנער קיין רוסלאנד, זענען אנגעקומען פרישע תימנ'ער טעראריסטן פון תימן, צו העלפן רוסלאנד אין איר קריג קעגן אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁6👎3👍1🥰1😱1🤣1🍾1
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארויפשטעלן א 25% טאריף אויף אלע אימפארן פון קאנאדע אדער מעקסיקא אינעם ערשטן טאג פון זיין טערמין, א שריט וואס קען מעגליך פארקריפלען די סופליי קייט אין צפון אמריקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍24👎11🤔1