אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אלי באבא איז איינגעגאנגען צו באצאלן א 433 מיליאן דאלערדיגע געלט שטראף איבער מאנאפאל קלאגעס, טראץ וואס די פירמע טענה'ט ווייטער אז זי איז נישט באגאנגען קיין שום פארברעכן. די פירמע האט געמאלדן אז זיי וועלן באצאלן די געלט שטראף וויבאלד אויב וועלן זיי ווייטער קעמפן וועט עס זיי נאר אויסקומען טייערער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעקל פון די ניו-יארק פאוסט, מיט די העדליין מעגא סקווער גארדן.

טראמפּ האט צוזאמגעברעגנט שווערע טויזענטער מענטשן אין די בלויע דעמאקראטישע ניו-יארק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליטישע פארמעסט: העכסטע דעמאקראטישע פירער, אריינגערעכנט סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס, און קאנגרעסמאן קאנדידאט מאנדעיר דזשאונס, האבן באזוכט אין אידישע געגנטער, אריינגערעכנט אין שיכטן סקווירא, ווי זיי האבן באקומען א טור אין די גיגאנטישע נייע שול.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין אן אייגנארטיגער אינצידענט האט איינער פון די קארס פון די שומער מאטארקאדע, אייגנטום פון די פעדעראלע רעגירונג, געליטן פון א געפלאצטע רעדל, און ערשטע הילף פון סקווירא האט געארבעט דאס צו פארעכטן, שומער האט זיך געווערטלט אז זיי ארבעטן פאר די פעדעראלע רעגירונג, און זיך באדאנקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די דעמאקראטישע פירער באזוכן ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בביתו נאוה קודש אין שיכון סקווירא, ביי זייער באזוך צו אויפטרייבן שטיצע פאר דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן קאנדידאט מאנדעיר דזשאונס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אידישער ווינקל דזשורנאליסט ארי ווייזער, אנוועזנד אויפ'ן סצענע, באקומט א ברכה פון הוד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סענאט פירער שומער רעדט מיט בחורים און אינגעלייט פון קהל וויזניץ מאנסי, נאכ'ן באזוכן ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מאנסי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א געזעץ צו פארבאטן די אונרא ארגענעזאציע'ס אקטיוויטעטן איז געווארן באשטעטיגט אין די מדינת ישראל כנסת.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מעטא האט געמאלדן אז איר עי-איי טשעט באט וועט פון היינט נוצן רויטערס צוצושטעלן קראנטע און נאכאנאנדע נייעס פאר אירע באנוצער.

דאס קומט אין א צייט ווען מעטא האט געצוימט די נייעס וואס מעטא עי-איי שטעלט צו נאכן קומען אונטער קריטיק פארן געבן פאלשע און פארפירענדע אינפארמאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע קלאגע באשולדיגט 'סאבוועי' אין אדווערטייזן בילדער פון זייערע סענדוויטשעס מיט אסאך מער פלייש ווי פאקטיש סערווירט.

די באשולדיגונג ברענגט ארויס אז אין צייט פון אינפלאציע איז פול וויכטיגער נישט איבער צו טרייבן וואס מען באקומט פארן געלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעי-פי מארגען טשעיס CEO דזשעמי דיימאן האט היינט ביי א באנק קאנפערענץ געזאגט אז עס איז צייט בענק זאלן אויפהערן זיך לאזן און אנהויבן צוריק קעמפן מיט די זינלאזע רעגולאציעס וועלכע ווערן אויף זיי ארויף געלייגט.

ווי ער זאגט פארשטייט ער אז די בענק האבן מורא אויב זיי וועלן זיך קעגן שטעלן אז מען וועט זיי מער 'באשטראפן', אבער ער זאגט אז דאס מוז פאסירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן האט דער גייסטליכער פירער פון איראן, אייטאלא כומעני, באשטעטיגט אן איראנער רעאקציע קעגן מדינת ישראל, אלס נקמה קעגן די אטאקע פארגאנגענעם שבת.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עס איז אפציעל: צפון קארעא זעלנער ווערן געזען קעמפן פאר רוסלאנד אין די קורסק ראיאן, קעגן אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יו-עס-עי טודעי צייטונג וועט נישט אינדארסירט א פרעזידענט קאנדידאט, ווערנדיג דער דריטער גרויסער צייטונג אזוי צו טון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טעג איידער די וואלן: קאנגרעסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט ניו-יארק'ס 17-טער דיסטריקט מעלדט אז עס איז ביי אים געבוירן געווארן זיין צווייטע קינד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איבער 200,000 וואשינגטאן פּאוסט סובסקרייבערס, [ארום 8%] האבן אויפגעלעזט זייער סובסקריבציעס, נאך וואס דזשעף בעזאס האט בלאקירט די צייטונג, פון אינדארסירן קיין פרעזידענט קאנדידאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
וואלמארט האט געמאלדן אז זי וועט פארקויפן איר 'וואלמארט פלאס' מעמבערשיפ פאר פופציג פראצענט ביליגער ווי געווענליך, פראבירענדיג צו קאנקורירן מיט עמעזאן פריים שטייענדיג בעפאר די חאגע סעזאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אדידאס CEO האט געמאלדן אז די פירמע איז זיך דורך געקומען מיט קאניע וועסט אינדרויסן פון געריכט. ווי ער זאגט האט קיינער פון די צוויי זייטן נישט געצאלט קיין געלט.

די צוויי האבן זיך אנגעהויבן שלאגן מיט צוויי יאר צוריק נאך וואס וועסט האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע ווערטער, און אדידאס האט אפגעשטעלט צוזאמארבעט מיט אים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט שאצט אז כיזבאלא פארמאגט יעצט נאר 20% פון די ראקעטס און מיסילס פארבליבן און איז נישט ארגאניזירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אויל פרייזן זענען געפאלן מיט 4 פראצענט אין די לעצטערע טעג, נאכפאלגנדיג די מדנ''י רעאקציע צו איראן'ס אטאקע.

די רעאקציע האט בארואיגט אינוועסטירער אז אן אויל מאנגל איז נישט נאנט, נאך וואס מדנ''י האט געוויזן איינגעהאלטנקייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️