אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
מדינת ישראל איז פארמישט אין ווייטגרייכנדע פארהאנדלונגען און טוט אהערשטעלן די באדינונגען צו ענדיגן די מלחמה אין צפון, מיט הויכראנגיקע באאמטע זאגנדיג אז עס האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לופטהאנזא האט באריכטעט א 9 פראצענטיגע פאל אין פראפיטן אויפן יאר, אבער איז געווען מער ווייניגער אין ליניע מיט די ערווארטונגען. דאס קומט אין רעזולטאט פון א שוואכע זוממער סעזאן צוליב העכערע קאסטן און אומקלארקייט ארום דעם מיטל מזרח.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די עדיסאן פארטנערס פירמע האט אפגעקויפט די פעיראל סאפטוועיר פירמע פינגערטשעק אין א דיעל פון 115 מיליאן דאלער. פינגערטשעק איז א פירמע אונטער די אייגנטום פון פרומע אידן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פארשוין וואס האט אטאקירט פאול פעלאוסי, דער מאן פון געוועזענע קאנגרעס פירער נענסי פעלאוסי, איז געווארן פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע אן קיין מעגליכקייט צו אפעלירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעראד קושנער, פרעזידענט טראמפּ'ס איידעם, אין אן אינטערוויו מיט די ניו-יארק-טיימס זאגט אז ער און זיין פרוי וועלן בלייבן אינדרויסן פון די פאליטישע לעבן, אפילו אויב טראמפּ וועט געווינען קומענדיגע וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט ביידען האט אנגערופן טראמפּ שטיצער 'מיסט' אין אן אקט וואס האט אים געברענגט זיך צו אנטשולדיגן, שענקענדיג א פרישע טעמע אויף וואס רעפובליקאנער קענען רייטן און קאמפיינען טעג איידער די וואלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מייק בלומבערג, דער געוועזענער מעיאר פון ניו-יארק-סיטי, וועלכע שטייט אויס אסאך דרוק אז פון פריינט און ביליאנערן אין זיין צירקל אז ער זאל טון מער צו העלפן וויצע פרעזידענט העריס, האט ביישטייערט $50 מיליאן דאלער פאר אן ארגענעזאציע וואס העלפט די העריס' קאמפיין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
שווערע שאדנס אין רעזולטאט פון מאסיווע פארפלייצונגען וואס האבן פארשוועמט געגנטער אין וואלענסיע אין מזרח שפאניע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בייפארטיזאנער גרופע פון אמעריקאנער געזעצמאכער האבן גערופן פרעזידענט ביידען אז ער זאל לאזן פוילן צו אויסברייטערן אירע לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען איבער אוקראינע און אראפווארפן רוסישע מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רענאלט איז אין געשפרעכן מיט ניסאן איבער א מעגליכע צוזאמארבעט אהערצושטעלן א ביליגע סארט עלעקטראנישע אויטאמאביל אין א פרואוו אפצושלאגן כינעזער קאנקורענץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טראמפ האט רעאגירט צו די מיסט קאמענטאר פון פרעזידענט ביידען, דערמאנענדיג אז זיין פריערדיגער אפאנענט, געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן האט גערופן זיינע שטיצער דעפלארעבלס. "מיסט איז ערגער מיין איך...:

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער ווארטזאגער פון די גאווערמענט אין איראן מעלדט אז די רעגירונג וועט פארגרעסערן די פארטיידיגונגס בודזשעט מיט 200%.

אנדערע באריכטן אז איראן פלאנט אן אטאקע קעגן מדינת ישראל און אז מדינת ישראל וועט מעגליך באמבארדירן איראן נאך איידער איראן קען פאראויסגיין מיט די אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפּ רעדט צו די מידיא פון א מיסט טראק, אין ליכט פון פרעזידענט ביידענ'ס קאמענטארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די העכסטע געריכט האט צוריקגעוויזן אראפצונעמען ראבערט עף קענעדי'ס נאמען פון די בעלאטס אין סווינג סטעיטס וויסקאנסין און מישיגען נאך וואס ער האט אינדארסירט טראמפ און געענדיגט זיין פארמעסט אלס אינדעפענדענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פעקלעך ציגארעטלעך זענען אנטדעקט געווארן קונצליך באהאלטן אינעווייניג אין די טראנספארט העלצער, אין טראקס פון הילף אויפ'ן וועג אריין קיין עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט א באריכט אין די טיימס אוו איזרעאל האט פרעזידענט טראמפ געזאגט פאר מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו אז ער וויל מדינת ישראל זאל ענדיגן די קריג אין עזה ביי די צייט וואס ער קערט זיך צוריק אין אפיס, אויב געווינט ער די וואלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער פלאנט צו אפשטופן די חתונה פון זיין זוהן אבנר וואס האט געדארפט פארקומען נאוועבער 26 נעבן תל אביב צוליב זיכערהייט זארגן און געפארן מיט דראון אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרישער כיזבאלא סעקרעטערי גענעראל, נעים קאסאם האט היינט געגעבן זיין ערשטע רעדע, ער געפונט זיך אין איראן, די מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער האט רעאגירט צו זיין אויפנאמע אז דאס איז נישט פאר א לאנגע צייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפ באשולדיגט אז די סטעיט פענסילוועניע טוט דורכפירן שווינדלערייען אויף א גרויסע פארנעם, ער פארלאנגט אז געזעץ אינפארסירער זאלן אכטונג געבן און אז מען זאל באריכטן אינצידענטן...

▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער פרעזידענט געהילף סטיוו בענאן האט היינט געגעבן זיין ערשטע פרעסע קאנפרענץ, נאכ'ן ארויסקומען פון א פעדעראלע טורמע וואו ער איז געזעסן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיט קאנטעמפט אוו קאנגרעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️