אידישער ווינקל
5.1K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען האט געהייסן די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל צו ווארענען איראן אז סיי וועלכע פרואוון צו אומברענגען דער געוועזענער פרעזידענט טראמפּ וועט באטראכט ווערן ווי אן אקט פון מלחמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די עס-ענד-פי און דאו-דזשוינס האבן היינט דערגרייכט א פרישע רעקארד הייעך, אין א צייט ווען אינוועסטירער זענען אפטימיסטיש מיט וויכטיגע עקאנאמישע דאטא און קארפאראטיווע פארדינסט באריכטן די וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
24 HRS Left!!! Win A BEAUTIFUL HERITAGE Silver Table!! Delivered Erev Sukkos!!

https://silvertable.org/?ref=31
וואפף, דאס דארף מען קענען...

א מאטאריסט אין מאסקווע, רוסלאנד האט פארלוירן קאנטראל, און אין רעזולטאט ארויפגעפלויגן צוויי שטאק, מיט'ן נאז אריין אין געביידע, בלייבנדיג הענגען...

▫️אידישער ווינקל ▫️
ביבי נתניהו, דער פריים מיניסטער פון מדינת ישראל האט אפציעל באשטעטיגט די פלענער, צו אטאקירן איראן און די צילן פון די אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל זעלנער פירן אוועק טרעקלעך מיט מיסילס ארויסשיסערס, וואס זיי האבן געפונען און קאנפיסקירט פון כיזבאלא טעראריסטן אין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די שאסייען ביי די פילאדעלפיע קארידאר, וואס מדינת ישראל זעלנער טוען קאנטראלירן, האבן באקומען שאסיי צייכענעס ווי שאסייען אין מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די כינעזע מיליטער האט ארומגערינגלט די טייוואנער אינזל דורכאויס מיליטערישע טרענירונגען און בלאקירט די אינזל לאנד.

כינע האט אריינגעברענגט קאמפס פליגערס און שיפן צו ארומרינגלען טייוואן אין א צייכן פון מאכט, און צו שיקן א ווארענונג צו די סעפּעראטיסטישע קרעפטן אויפ'ן אינזל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דין שין בית אגענטור האט אויפגעדעקט א דירעקטע איראנער פלאן, וועלכע האט פארמישט א פארפאלק אין רמת גן, וועלכע האבן פלאנירט א מארד פארזוך קעגן א הויכראנגיקע מדינת ישראל באאמטער, זיי האבן וואנדאליזירט און אונטערגעצינדן פייערס, באקומענדיג איבער 5,000 איידער זיי זענען געווארן באשולדיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
שעירס אין דאנאלד טראמפ מידיא זענען היינט ווייטער ארויף מיט איבער פינף פראצענט, ברענגענדיג א וואוקס פון 80% אויפ'ן וואך. דאס קומט אין א צייט ווען די וואלן רוקן זיך נענטער און אנקעטעס צייגן אז טראמפ'ס פאפולעריטעט וואקסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טייוואן סעמיקאנדאקטאר איז ערווארטעט ארויס צו שטעלן פארדינסטן די וואך דאנערשטאג, ווען פאראויס שאצונגען גייען אזוי הויעך ווי א 40 פראצענטיגע שפרינג אין פראפיטן אויפן פערטל.

טייוואן סעמיקאנדאקטאר איז די וועלט'ס גרעסטע טשיפ פראדוצירער, מיט קליענטן א שטייגער ווי עפל און נעווידיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די לוקסעריעזע דייטשע קאר פירמע פּארש האט באריכטעט א 29 פראצענטיגע טראסקע אין סעילס די לעצטע ניין מאנאטן, אין רעזולטאט פון וואקסענדע כינעזער קאנקורענץ.

דאס איז די דריטע גרויסע דייטשע קאר פירמע וועלכע באריכטעט שוועריגקייטן לעצטנס, אריינגערעכנט BMW און מערצעדעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א יו״ט פיל מיט באגליעטי: די נאבעל וויין פירמע ווערהאוז ארבעטער, ארבעטן ארום די זייגער צו אריינברענגען פרישע שיפמענטס פון דעם רייכן באגליעטי וויין וועלכע ווערט צעכאפט פון די געשעפעטן, שוין עטליכע טעג פאר יו”ט.

מיט שווערע כוחות איז באוויזן געווארן אריינצוברענגען נאך א ענגע צאל פון געשמאקע באגליעטי וויינען נאך אויף דעם יו״ט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א גרופע פון רבני חב"ד זענען אריבערגעגאנגען צו דער פריים מיניסטער פון מדינת ישראל ביבי נתניהו, אים צו געבן ארבע מינים, לכבוד סוכות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן איבער אן אפענסיווע מאנעוורע דורך סירישע רעבעלן קעגן די סירישע רעזשים פון באשאר אל אסאד.

די סירישע מיליטער רעאגירט מיט'ן שיקן זעלנער אהין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אנטוויקלונגען צווישן צפון און דרום קארעא מיט זעלנער פון צפון אויפרייסנדיג שינעס וועלכע פלעגן פארבינדן די ביידע לענדער.

[ליינט איבער די קארעא קאנפליקט, מיט פילע דעטאלן איבער די צושטאנד אין קארעא, אין מאמענט'ס ספעציעלע פראיעקט און באזוך קיין דרום קארעא, דורך דער חרדי'שער דזשורנאליסט, ארי ווייזער, אין די סוכות אויסגאבע.]

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקא און קאנאדע האבן אין א דראמאטישע באשלוס געמאלדן אז די פרא פאלעסטינער ארגענעזאציע סאמידאן, וועלכע אפערירט אונטער די שלייער פון א ציווילע ארגענעזאציע, וועט ווערן אנערקענט אלס א טעראר ארגענעזאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מען גרייט זיך פאר יום טוב סוכות אין ווייט פארשטופטן אמסק, אין קאלטן סיביר, רוסלאנד, וואו דער ווינטער איז שוין דא, און דער ערשטער שניי איז שוין געפאלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אידישע זעלנער, מאטראזן אויף די יו-עס-עס עיברעהעם לינקאלן עירקרעפט קעריער, האבן אהערגעשטעלט א סוכה, אויפ'ן אמעריקאנעם מיליטערישער שיף.

▫️אידישער ווינקל ▫️