אידישער ווינקל
5.1K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
עדאבי האט געמאלדן אז זיי האבן שוין אנגעהויבן ארויסשטעלן זייער נייע 'פייער-פליי' טעקסט צו ווידיא עי-איי טעכנאלאגיע.

דאס קומט עטליכע מאנאטן נאך וואס אפען עי-איי האט ארויסגעשטעלט איר 'סארא', און נאך טיק-טאק'ס און מעטא'ס ענליכע אנאנסירונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גאלדמאן סאקס האט היינט אנאנסירט אירע פארדינסטן אויפן פערטל, איבערקומענדיג עקספערט ערווארטונגען אין רעזולטאט פון בעסערע ביזנעס אין איר אינוועסטירונג דעוויזיע, ענליך צו טשעיס, באנק אף אמעריקא און סיטי באנק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
יונייטעד העלטקעיר האט היינט געמאלדן שענערע פארדינסטן ווי ערווארטעט, אבער שעירס אין די פירמע זענען פארט געפאלן וויבאלד די פירמע זאגט אז מעדיצין קאסטן האבן איר געקאסט מער ווי ערווארטעט און זי ווערט נישט גענוג באצאלט פאר די קאנטעס וועלכע די רעגירונג דארף באצאלן. די פירמע האט אין די זעלבע צייט געשניטן אירע פראפיט שאצונגען אויפן יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Dear Klal Yisroel,

A few families still have nothing for Sukkos – no food, clothes, or sukkah. We urgently need your help to raise funds so they can celebrate Yom Tov with joy and dignity.

Please open your heart and donate now. Every bit counts, and time is short.

Zelle: 845-213-0895
Credit Card/OJC: https://abcharity.org/OhrTikvahFund

Thank you, and a frilechen Yom Tov!
שמחת יום טוב: דורכאויס מיליטערישע מאנעוורעס אין רפיח האבן מדינת ישראל געברענגט אן ענדע צו דער געמיינער און גרויזאמער לעבן פון דער כאמאס פירער, טעראריסט און סטראטעגיסט פון די ברוטאלע אקטאבער זיבן טעראר אטאקע. זיין קערפער איז געפירט געווארן קיין מדינת ישראל פאר אויספארשונגען.

סינוואר איז געפונען געווארן אן קיין ארומיגע משכונות, און ער האט פרובירט שטעלן א ווידערשטאנד קעגן די זעלנער וואס האבן אים געפונען, זיין קערפער וועט גענוצט ווערן פאר פאטענציעלע משכונות אויסטויש פארהאנדלונגען.

באבוד רשעים רנה, וכן יאבדו כל אויביך השם!

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך דעטאלן: יאכיא סינוואר איז עלימינירט געווארן דורך אינפאנטריע זעלנער וועלכע האבן דורכגעפירט אונטערזיכונגען אין די געגנט, נאך וואס די שב"כ האט באצייכנט יענע לאקאציע אלס אן ארט וואו עס דרייען הויכראנגיקע כאמאס באאמטע.

עס זענען געפונען געווארן אין די טאשן פון סינוואר און זיינע צוויי לייבוועכטער גאר אסאך שקל באנקנאטן, פאלשע אידענטיטעט קארטלעך, גראנאטן און אויפרייס מאטריאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל זעלנער פייערן דעם סינוואר טויט ארום עזה, אין די זעלבע פלאץ וואו טעראריסטן האבן אינפילטרירט ארץ ישראל ביי די אקטאבער זיבן אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
די לעצטע מאמענטן פון דאס לעבן פון יאכיא סינוואר, צייגט ווי ער שפירט זיך אין געפאר, דערשראקן, זעענדיג ווי ער ווערט אנאליזירט דורך א דראון.

סינוואר פרובירט ווארפן אן אביעקט אויפ'ן דראון הארט איידער ער איז געצילט געווארן און דאס לעבן זיינע האט זיך געענדיגט אויף אייביג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר: איינוואוינער אין ארץ ישראל קומען ארויס אויף די גאסן צו פייערן דעם טויט פון דער ארכי מערדער און טעראריסט, יאכיא סינוואר.

פילע ערוויילטע פירער און באאמטע ארום דער וועלט זענען ארויסגעקומען קאנגראטולירן מדינת ישראל איבער אראפנעמען דעם קאפ פון שלאנג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מענטאס, געלט באנקנאטן, א פלעשלייט ווארשיינליך פאר באנוץ אין טונעלן, פאלשע אידענטיפיקאציע קארטלעך און טישו פאפיר, צווישן די געפונענע ארטיקלען אין די טאשן פון יאכיא סינוואר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך סינוואר'ס טויט, ווער איז נאך געבליבן? א ליסטע פון פראמינענטע פיגורן.

כאליד מאשאל - דער הויפט פון כאמאס אינדרויסן פון עזה, טשעירמאן פון די פאליטישע ביורא זינט 2017.

כאליד אל-האיא - יאכיא סינוואר'ס דעפוטאט, פאראנטווארטליך פאר די פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל.

מוכאמעד סינוואר - יאכיא סינוואר'ס ברודער, יעצט דער מערסט פראמינענטער פיגור אין די כאמאס' מיליטערישע פליגל און דער נומבער איינס אין עזה.

מאוסא אבו מערזאק - דער דעפוטאט פון כאליד מאשאל, וועלכע האט אהערגעשטעלט די כאמאס פאליטישע ביורא.

כוסעם באדראן - פאראנטווארטליך פאר די נאציאנאלע באציאונגען.

פאטי כאמאד - מעמבער אין די פאליטישע ביורא זינט יאר 2017.

איזאט אל ראקשאק - מעמבער פון די פאליטישע ביורא זינט די גרינדונג.

זאהאר דזשאבארין - הויפט פון כאמאס אין יהודה ושומרון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעי-פי מארגען טשעיס' CEO דזשעמי דיימאן האט געזאגט פאר רויטערס אז די באנק פלאנירט צו אנהייבן טון ביזנעס אין קעניע און אייווארי אינעם ווייטן אפריקע. טשעיס פארמאגט אצינד לאקאציעס אין איבער הונדערט לענדער איבער די וועלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און שאטירונגען ביים אנטיילנעמען ביי די גראנדיעזע מעמד ברכת כהנים ביים כותל המערבי אין ירושלים עיר הקודש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
חול המועד באזוך אין די סוכה פון דער מייסטער מארקעטער נחום ארנשטיין פון די 'אמני גרופע' אין מאנסי, וועלכע שטעלט אהער פראכטפולע און טעמע באזירטע סוכות יאר נאך יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
חול המועד באזוך אין די סוכה פון דער מארקעטינג פירמע סעמקאפּ אייגנטומער, דער טאלאנטפולער שמואל דוד שווארץ פון מאנסי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל לופט קרעפטן האבן געעפנט א מאסיווע לופט קאמפיין צילנדיג כיזבאלא'ס עקאנאמישע פאנד, "אל קווארד אל כאסאן," (בארגט אן צאלן צינזן] געביידעס, אין א ציל צו צעקאליעטשן כיזבאלא'ס פינאנציעלע מעגליכקייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער טהאד לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען וועלכע זענען אנגעקומען צו מדינת ישראל און צוגעלייגט א שיכט פון שוץ, טוט שוין פולקאם פונקציאנירן און איז גרייט צו אנטיילנעמען אין די פארטיידיגונגס צוועקן פון מדינת ישראל'ס מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז די געוועזענע יו-ען אמבעסאדאר פון די טראמפּ אדמיניסטראציע און געוועזענע קאנדידאט פאר פרעזידענט, ניקי העילי, וועט זיך אנשליסן אין די קאמפיין פאר דער געוועזענער פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ווידעאס פארעפנטליכט דורך אוקראינע באאמטע צייגן ווי צפון קארעא זעלנער ווערן רעקרוטירט אין רוסלאנד, אין איר אינוואזיע קעגן אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️