אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
שווייצער רעגולאטארן האבן פארלאנגט דאקומענטן פון די קרעדיט סוויס באנק פון די לעצטע שטיק צייט איידער זיי האבן זיך פארקויפט פאר UBS.

רעגולאטארן ווילן זעהן אויב די באנק האט זיי נישט פארפירט מיט פאלשע אינפארמאציע כדי דורך צו שטיפן דאס געשעפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סאוטוועסט לופטליניע האט געווארענט אירע ארבעטער אז זיי וועלן מאכן שטייפע באשלוסן וועלכע קענען אפעקטירן זייערע פאזיציעס.

דאס קומט אין א צייט ווען די פירמע איז אונטער דרוק פון די עליאט אינוועסטירונג גרופע צו מאכן טוישונגען און ווערן מער פראפיטבאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן צייגן אז קוואלקאם באטראכט ערנסט דאס אפקויפן די געפלאגטע אינטעל, אבער די פירמע האט נאך דערווייל נישט געמאכט קיין אפיציעלע פארשלאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א טראגישע אינצידענט האט פאסירט אין ארץ ישראל ווען א בחור, נועם יחיאל ז"ל, א זוהן פון א חרדי'שער זינגער ארז יחיאל הי"ו איז אומגעקומען ווען א דרייווער האט פארלוירן קאנטראל פון זיין קאר, נאכ'ן הערן סירענעס איבער כיזבאלא ראקעטן און זיך דערשרעקן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די איראנער רעוואלוציע גארד האבן ארעסטירט 12 פון זייערע מעמבערס, וועמען זיי באשולדיגן אין זיין מדינת ישראל אגענטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל נתניהו אין א רעדע היינט: קיין איין לאנד וואלט נישט אקצעפּטירט קיין אטאקעס אין זייערע שטעט, מיר וועלן דאס פונקט אזוי נישט אקצעפטירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פארשט אויס א מעגליכקייט אז כאמאס פירער יאכיא סינוואר איז געווארן געשעדיגט פון מדינת ישראל אטאקעס אין עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
"דער סטאק מארקעט איז א פלאטפארמע וואו די קלוגע נעמען געלט פון די וועלכע ווייסן נישט וואס זיי טוען"

הונדערטער אידן באקומען עקספערט אנאליזן, געדאנקען און סטראטעגיעס ארום דעם סטאק מארקעט און קריפטא אויף אימעיל! כאפט אייך מיט, פריי פון אפצאל!

זיך אויפצוסיינען דרוקט: http://eepurl.com/iOiGvk

צו ליינען אן אריינפיר צום סטאק מארקעט דרוקט: http://eepurl.com/iUhlmo
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טויזענטער סאלדאטן, מיליטערישע טאנקען, טרעקלעך, געפאנצערטע טראנספארט וויהיקלס און אנדערע מיליטערישע לאגיסטיקס ווערן געפירט פון עזה קיין צפון, מיט מדינת ישראל מיליטערישע באאמטע גלייבנדיג אז כאמאס' מיליטערישע פעאיגקייטן זענען מער ווייניגער פארניכטעט און זי קען יעצט אנהויבן אנגרייטן דעם באדן קעגן כיזבאלא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז די פאראייניגטע שטאטן טוט דורכפירן פארהאנדלונגען מיט איראן נוצנדיג די אמבעסאדע פון דאס לענדל שווייץ אין טעהראן אלס די פארהאנדלער, צו שטופן כיזבאלא צו אקצעפּטירן אן אפּמאך זיך צו ארויסציען פון דרום לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
שווערע פארפלייצונגען האבן אויסגעבראכן אין די נאטא אינזל אין יאפּאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Yomtov is around the corner, and so is your magical piece of jewelry.

Schedule a showing in the comfort of your home:

https://wa.me/message/LHKY74BFDQLCH1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער האט נארוואס געעפנט א ברייטע אטאקע קעגן כיזבאלא צילן אין לבנון, אטאקירנדיג מיסיל ארויסשיס פלאטפארמעס, צווייטע אויפרייסן ווערן באמערקט פון ראקעטן וועלכע שיסן אויף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אלאסקע לופטליניע זאגט אז זי איז דורך אן איי-טי קורצשלוס וועלכע האט געברענגט באדייטנדע שטערונגען אין אירע אפעראציעס, אריינגערעכנט דאס פארשפעטיגן רייזעס.

די לופטליניע איז געווען געצווינגען אפצושטעלן אנקומענדע פליגער אין סיאטעל, און האט באריכטעט אז קליענטן האבן אויך געהאט שוועריגקייטן צו נוצן זייער וועבזייטל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין די מאסיווע כוואליע פון אטאקעס דורך מדינת ישראל קעגן לבנון, ווערט באריכטעט אז מדינת ישראל האט עלימינירט דער דריטער אין ראנג אין כיזבאלא, קאמאנדיר אלי קאראקי.

בילד: די געביידע וואו קאראקי איז עלימינירט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א דראמאטישע בילד ווי די איירין דרום מיסיל שוץ סיסטעם נוטראליזירט כיזבאלא ראקעטן העכער די שטאט חיפה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
עמית סגל באריכט: מדינת ישראל מיליטער פארניכטעט איבער 50% פון די פונקטליך געצילטע מיסילס און דראונס פון די כיזבאלא ארסענאל.

די מיליטער האט שוין אטאקירט איבער 800 צילן, מייסטנס ארסענאלן און וואפן דעפּאטס פון וואו עס זענען געזען געווארן צווייטע כוואליע פון אויפרייסן.

▫️אידישער ווינקל ▫️