אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל מיליטערישער העכסטער פירער הרצי הלוי זאגט אז מדינת ישראל האט צעשטערט די מעגליכקייטן וואס כיזבאלא האט געבויעט אין 20 יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א לעבאנעזער דזשורנאליסט וואס האט געדעקט די סיטואציע אין א לאקאציע אין דרום לבנון לעבעדיג, ווען א ראקעט האט געלאנדעט אין די געביידע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל ווארטזאגער, בריגאדיר גענעראל דניאל הגרי זאגט אז מדינת ישראל האט אין טאטאל דורכגעפירט אטאקעס אויף 1,300 צילן איבער לבנון, און וועט פארזעצן מיט מער.

צווישן די אלע אטאקעס האבן זיי פארניכטעט ראקעטן וועלכע קענען פליען טויזענטער קילאמעטער, אנגעהויפנט אין א בוידעם פון א געביידע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טויזענטער בירגער פון לבנון פארלאזן די געגנטער וועלכע די מדינת ישראל מיליטער האט געהייסן צו עוואקואירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטיש: א כיזבאלא ראקעט ווערט געזען פליען און אויפרייסן אין לבנון נאך וואס דער ארסענאל איז געקומען אונטער אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די געזונטהייט מיניסטעריום אין לבנון זאגט אז 365 זענען טויט און 1,246 פארוואונדעט פון די מדינת ישראל אטאקעס.

אנדערש ווי פריער באריכט ווערט יעצט געמאלדן דורך כיזבאלא אז זייער קאמאנדיר קאראקי האט איבערגעלעבט און איז בלויז פארוואונדעט פון די אטאקע.

בילד: א כיזבאלא ראקעט ארויסשיסער פארניכטעט אין די היינטיגע אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון איראן, מאסוד פּאזעשקיען זאגט אז ער גרייט זיך צו נידערן די אנגעצויגנקייט מיט מדינת ישראל אזוי לאנג ווי עס איז פארהאן דער זעלבער שטאפל פון גרייטקייט אויף דער אנדערער זייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מידשטרעקיגע ראקעט ארויסשיסער פלאטפארמע, וועלכע איז מאבייל און ווערט געפירט אויף רעדער איז געווארן פארניכטעט אין לבנון, אין מדינת ישראל'ס צווייטער טאג פון צילן די כיזבאלא ארסענאל פון ראקעטן מיט נאכאנאנדע לופט אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
בריטישער פריים מיניסטער רופט מען זאל 'אומקערן די סאסעדזשעס,' זיך אויסמישנדיג מיט די האסטעדזשעס, אין א מאדנע גרייז...

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליציי אפיצירן אין גלילי מיט א שטיקל ראקעט וואס כיזבאלא האט געשאסן און איז געווארן נוטראליזירט דורך די איירין דאום.

▫️אידישער ווינקל ▫️
זעקס זענען געשטארבן און 15 פארוואונדעט אין א געצילטע אטאקע קעגן כיזבאלא קאמאנדיר אין שפיץ פון ראקעט מיסילס און דראונס, איבראהים קיובאסי, וואס איז געווען סוקסעספול.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א ראקעט פאלט און רייסט אויף, אויף שאסיי 90 דורכאויס א באראזש אטאקע פון כיזבאלא, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טייוואן, די וועלט'ס גרעסטע סעמיקאנדאקטאר טשיפ פראדוצירער זאגט אז עקספארטן אין אפריל זענען געווען העכער ווי ערווארטעט, אין רעזולטאט פון די אנגייענדע פארלאנג פאר עי-איי טשיפס.

די רעגירונג שאצט פאר אז די שטארקע עקספארטן וועלן אנהאלטן ביז ענדע יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בענק אוו אמעריקא פלאנירט צו עפענען פרישע 165 לאקאציעס איבער אמעריקא ביז 2026, צילענדיג דערמיט צו קאנקורירן מיט טשעיס.

טשעיס פארמאגט אצינד 5,110 לאקאציעס איבער'ן לאנד, וואס דאס איז איבער טויזענט לאקאציעס מער ווי בענק אוו אמעריקא'ס 3,975.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טאיאטא זאגט אז זי וועט צוריק קויפן פון אירע אייגענע שעירס מער ווי אריגינעל געמאלדן.

דאס קומט נאך וואס איר סטאק פרייז איז ווייטער געפאלן נאכפאלגנדיג איר אריגינעלע אנאנסירונג פאר א שעיר צוריק-קויף פראגראם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יוסטיץ דעפארטמענט פלאנירט צו קלאגן די וועלט'ס גרעסטע פעימענט פירמע וויזע פאר'ן אומלעגאל איבערנעמען די דעביט קארד מארקעט, און פארלעצן מאנאפאל פארשריפטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער קאמערץ דעפארטמענט האט היינט ארויסגעשטעלט א פלאן צו פארבאטן וויכטיגע כינעזער סאפטוועיר און באשטאנדטיילן וועלכע ווערן גענוצט אין עלעקטראנישע אויטאמאבילן.

אויב וועט די פארבאט אריין גיין אין קראפט, וועט דאס אויטאמאטיש בלאקירן כמעט אלע כינעזע עלעקטראנישע אויטאמאבילן פירמעס פון אפערירן אין אמעריקא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז א גרויסע צאל זעלנער פון תימן זענען אנגעקומען צו די הויפטקווארטיר פון די 175-סטע באטאליאן פון די 5-טע דעוויזיע פון די סירישע ארמיי, ביי די גרעניץ געגנט מיט מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די לעבאנעזער אויסערן מיניסטער זאגט אז די צאל עוואקואירטע מענטשן פון דרום לבנון האלט שוין נאנט צו א האלבע מיליאן מענטשן.

דאס איז 10 פראצענט פון די באפעלקערונג אין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די טראמפ קאמפיין זאגט אז דער געוועזענער פרעזידענט איז געווארן היינט דערציילט איבער גאר ספעציפישע און עכטע געפארן וואס ער שטייט אויס, מיט איראן ארבעטנדיג אים צו אומברענגען מיט'ן ציל צו אנזייען כאאס אין די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️