אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
לויט א רויטערס באריכט פלאנירט די וועלט'ס גרעסטע סמארטפאון, טעלעוויזיע און מעמארי טשיפ מאכער סעמסאנג אפצוזאגן ארום דרייסיג פראצענט פון אירע אויסלענדישע ארבעטער, און וועט אנשטאט אויסברייטערן איר פירערשאפט שטאב.

▫️אידישער ווינקל ▫️
'קראגער' האט געהעכערט אירע פאראויס שאצונגען אויפן יאר, נאך וואס די פירמע איז איבערגעקומען וואל סטריט ערווארטונגען אויפ'ן פערטל.

די פירמע שטעלט צו גראסערי פראדוקטן פאר ביליגע פרייזן, ברענגענדיג אירע סעילס צו וואקסן אין צייט פון א שווערע עקאנאמיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע באריכט צייגט אז סעילס אין די חאגע סעזאן היי יאר איז ערווארטעט צו זיין די שוואכסטע זינט 2018, אין רעזולטאט פון וואקסנדע אינפלאציע און אפגעטריקנטע סעיווינגס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פוטין האט פארארדנט די קרעמלין אז מען זאל צוריק פארכאפן קורסק ביז אקטאבער 1.

נעכטן מיטוואך, האבן רוסישע קרעפטן, אנגעהויבן א קאנטער אטאקע קעגן אוקראינישע קרעפטן וועלכע אקופירן דעם ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער ען-וויי-פי-די קאמישאנער, עדווארד קובען מעלדט זיין רעזיגנאציע א וואך נאך וואס די פעדעראלע באאמטע האבן דורכגעפירט אן אבלאווע אין זיין הויז אלס טייל פון א קארופציע אויספארשונג. מעיאר עריק עדעמס האט געשטעלט אויף זיין פאזיציע טאם דענלאן, דער געוועזענער דירעקטאר פון היימלאנד זיכערהייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ביידען אדמיניסטראציע שטייט אויס מעכטיגע דרוק פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן, צו אראפנעמען צוימונגען פון אוקראינע, איבער מעגן נוצן אמעריקאנער וואפנס צו אטאקירן טיף אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Gain the tools you need to launch your dreams—and your own interior design firm. ICA’s 14-Month Interior Design Program will effectively sculpt your skills into a successful career. It’s your future, so why not craft it with your own hands?

*Sign up today:*
718.506.0912
https://icainstitute.com/
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין דער צענטראלער שול אין קיעוו האט מען היינט באגלייט צום אייביגן רוה דער אידישער זעלנער מתתיהו סאמבארסקי, אן (אדאפּירטער) זוהן פון דער רב יבלחט"א הרב משה אסמאן שליט"א, אין אנוועזנהייט פון אסאך אידישע זעלנער און אפיצירן פון די אוקראינישע מיליטער.

סאמבארסקי איז געשטארבן צוליב די זינלאזע אינוואזיע וואס רוסלאנד האט אנגעהויבן און די ענדע זעט זיך נישט אן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער רעליגיעזער חבר כנסת צבי סוכות, איז געקומען צו די שפיטאל צימער, פון דער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די טעראר אטאקע אין גבעת אסף און אים געזאגט אין געזיכט אז ער וועט ארבעטן צו מאכן א געזעץ אז מדינת ישראל אים אים ענדיגן זיין לעבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל טשיף אוו סטעף הרצי הלוי האט באשלאסן צו רעזיגנירן, די דאטום פון זיין רעזיגנאציע איז ענדע דעצעמבער, אויסשליסנדיג די מעגליכקייט אז עס זאל אויסברעכן די לבנון מלחמה וואס זיין וועט זיך זיין רעזיגנאציע אפשטופן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מיט ווייטאג ווערט אויפגענומען די אומגליקליכע נייעס אז א יונגערמאן, חיים ישעי שטיינבערג ע"ה איז ליידער נפטר געווארן ווען זיין קאר, אלס טייל פון א גרופע אינגעלייט אויף א נסיעה קיין קערעסטיר, איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט לעצטע וואך. בשורות טובות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט נישט גיין פאר נאך א דעבאטע מיט פרעזידענט קאנדידאטקע קאמילע העריס, נאך וואס ער האט איר געווינען ביי די דעבאטע לויט אלע אנקעטעס און אז קאמעלע וויל נאך א דעבאטע ווייל זי האט פארלוירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דורכאויס שבת האבן מדינת ישראל קרעפטן אטאקירט איבער 140 טעראר צילן אין לבנון אריינגערעכנט כיזבאלא פאזיציעס און אמוניציע ווערהאוזעס, עטליכע טעראריסטן אריינגערעכנט א ראדוואן קאמאנדיר זענען עלימינירט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי וועט פארשטעלן פאר אמעריקאנער פרעזידענט ביידען זיין נייע פלאן צו שטארקן אוקראינע וועלכע קען מעגליך אויספלאסטערן דער וועג צו א שלום צווישן ביידע לענדער, שפעטער אין די מאנאט ווען זאלענסקי וועט קומען צו די פאראייניגטע שטאטן, צו אנטיילנעמען אין די יו-ען גענעראל אסעמבלי, לויט זאלענסקי וועט די פלאן "שטופן פוטין צו טראכטן איבער ענדיגן די מלחמה."

▫️אידישער ווינקל ▫️
האיאנדע מיט דזשענעראל מאטארס האבן נעכטן געמאלדן אז זיי זענען אין געשפרעכן איבער מעגליכע צוזאמארבעט אין עטליכע פראיעקטן.

די צוויי פירמעס וועלן מעגליך פראדוצירן קארס אינאיינעם, ארבעטן אויף סופליי קייט שוועריגקייטן און ריינע ענערגיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*Whet your appetite.*
Introducing Pappardello, Linden’s newest kosher dining experience. Delight in a dairy menu crafted to please every palate.

Reserve your table today.
https://pappardello.com/
Set your map to an unforgettable dining experience.
https://maps.app.goo.gl/PSyLKAMVtn5YRTDF6
אוקראינע האט אנגעהויבן פראדוצירן 155 מילימעטער ארטילערי שעלס.

דער מיניסטער פון סטראטעגישע אינדוסטריעס אין לאנד זאגט אז פראדוקציע פון די קריטיש וויכטיגע פארטיידיגונג וואפן האט זיך געדאפלט און וועט זיך טריפלען ביי דער יאר ענדע.

די פראיעקט ווערט פינאנצירט דורך דאס לאנד נארוועי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אמעריקאנער עליטער נעווי סיעל גרופע טיעם סיקס, האט זיך אנגעבליך אנגעהויבן טרענירן פאר מיסיעס צו ארויסהעלפן טייוואן אין פאל זי ווערט אינוואדירט דורך כינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ארום 33,000 בואינג ארבעטער האבן ארויסשפאצירט פון זייערע דזשאבס נאכ'ן צוריקווייזן א פארשלאג פאר פיר יעריגע קאנטראקטן מיט דער עירקרעפט פירמע וועלכע גייט דורך מערערע פלאגענישן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
איראן האט געפייערט א מיליטערישער סאטעליט היינט צופרי.

▫️אידישער ווינקל ▫️