אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
א שול אין טאראנטא האט באקומען א קויל דורך די פענסטער אין אן אנטיסעמיטישער אקט, די פאליציי פארשט דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער בריטישער פריים מיניסטער קיער סטארמער איז אנגעקומען צו די ווייסע הויז צו רעדן מיט אמעריקאנער פרעזידענט ביידען איבער לאנגשטרעקיגע מיסילס ערלויבעניש פאר אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צפון קארעא נייעס אגענטור פובליצירט בילדער פון קים דזשאנג אן באזוכנדיג א נוקלעארער פראדוקציע פאבריק, א וואפנס פאבריק און א טרענירונג באזע פון דאס לאנד'ס ספעציעלע קרעפטן.

צווישן אנדערע האט דער טשעירמאן מיטגעהאלטן ווי מען פייערט ארטילערי מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
א בית המדרש האט זיך געעפנט פאר די באנוץ פון אידיש אפשטאמיגע ארעסטאנטן אין מאסקווע'ס טורמע נומער 5, מיט דער באטייליגונג פון דער הויפט רב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א וועלכע האט געבלאזן שופר און זיך באדאנקט פאר די באאמטע אויף זייער קאאפעראציע, דאס צו צושטאנד ברענגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עס איז ערווארטעט אז געזאלין פרייזן וועלן פאלן צו אונטער דריי דאלער א גאלאן צום ערשטן מאל אין מער ווי דריי יאר, אזוי פרי ווי אנפאנג אקטאבער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ארעקל שעירס זענען ארויף פרייטאג מיט איבער זיבן פראצענט אין בעפאר-מארקעט שטונדן איידערן צוריק פאלן, נאכפאלגנדיג א פרישע שאצונג פון די פירמע.

ארעקל ערווארט א רעוועניו פון איבער הונדערט ביליאן דאלער אין 2025, צוליב די וואקסנדע פארלאנג פאר אירע סערווערס מיט די אויפשטייג פון עי-איי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Send your package with Rappid's lightning-fast messenger service. We'll deliver it to the door with a smile and on time, every time.
Servicing Boro Park, Williamsburg, and beyond.

Contact us to send your package: https://wa.link/slk887
Download our app:
https://play.google.com/store/apps/details?id=com.rappid.customer&pcampaignid=web_share
https://apps.apple.com/us/app/rappid/id6447371631
פרעזידענט טראמפּ'ס קאמפיין זאגט אז דער פרעזידענט איז פארזיכערט נאך א שיסעריי און פאטענציאלע אטענטאט פארזוך אין וועסט פּאלם ביעטש.

די עף-בי-איי מעלדט אז זי פארשט דער אינצידענט, וועלכע זעט אויס ווי א מעכטיגער אטענטאט אויפן געוועזענער פרעזידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
'יונייטעד עירליינס' האט געמאלדן אן אפמאך מיט אילאן מאסק'ס אינטערנעט סאטעליט פירמע סטארלינק, ווי רייזענדע וועלן קענען געניסן פון פרייע אינטערנעט זייענדיג אויפן פליגער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין א געמיינזאמע סטעיטמענט האבן די צוויי אינטערהאלטונג פירמעס דיזני מיט דירעקט טי-ווי אנאנסירט א פרישע אפמאך, צוריק ברענגענדיג צוטריט צו דיזני'ס אינהאלט פאר 11 מיליאן דירעקט טי-ווי באנוצער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין אן אפיעל פרייטאג, האבן אדוואקאטן פאר די FTX קריפטא שווינדל פירער 'בענקמען פריעד' געזאגט אז די דזשורי האט נאר געזען א האלבע בילד, וויבאלד דער ריכטער האט נישט ערלויבט צו ווייזן א חלק פון די באווייז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
'מייק פייל' וועט זיך צוריק קערן צו בלעקראק די וואך מיטוואך, נאכן דינען אלץ פינאנציעלע עקספערט אין די ביידן אדמיניסטרציע.

'פייל' וועט געשטעלט ווערן אלץ פירער פון א 3.2 טריליאן דאלערדיגע יוניט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
בלומבערג באריכט אז רוסלאנד טוט מיטטיילן נוקלעארע געהיימעניסן מיט איראן אין אויסטויש פאר מיסילס, שאפנדיג ערנסטע זארגן אין די פאראייניגטע שטאטן און ענגלאנד, טראץ וואס טעהראן פארשפרעכט אז זי זוכט נישט צו בויען נוקלעארע וואפנס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעקל פון די ניו-יארק-פאוסט איבער די צווייטע אטענטאט פארזוך אויף פרעזידענט טראמפ: "נאכאמאל!"

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פארשוין וואס האט פרובירט דורכפירן דער צווייטער אטענטאט אויף פרעזידענט טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט אויפ'ן באזיצן א וואפן, אלס א קאנוויקטעד פעלאן און פאר'ן אויסמעקן א סיריעל נומער פון א וואפן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין בעפארגרייטונג צו דער באזוך פון האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א קיין אוקראינע, האבן זיך עסקנים פון די חסידות געטראפן מיט דער פארשטייער פון די מיליטער אין די וויזניצא דיסטריקט, צו רעדן איבער זיכערהייט און קאארדינאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יו-ען זאגט אז די טאליבאן גרופע האט סוספענדירט די פאליא וואקסינאציע קאמפיין אין אפגאניסטאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישער פרעזידענט פוטין האט פארארדנט די רוסישע מיליטער צו ווערן פיל גרעסער.

זיין דעקרעט פארלאנגט אז די רוסישע מיליטער זאל שטייגן צו 2,389,000 זעלנער און 1.5 מיליאן דערפון זייענדיג קאמפס-זעלנער ביי דעצעמבער 1.

▫️אידישער ווינקל ▫️