אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
די רוסישע 'דומא' [פּארלאמענט] האט צוגעגרייט א געזעץ צו פארבאטן דאס פראדוצירן אדער אימפּארטירן וועיפּינג מאטריאל אריין אין לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א ניו-יארק סטעיט פאליציי אפיציר האט גערופן פאר הילף זאגענדיג אז איינער האט אים געשאסן אין די פיס, ברענגענדיג די פאליציי אפצושפארן די פארנומענע סאוטערן סטעיט פארקוועי.

נאך לאנגע זוכענישן האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אפיציר האט זיך אליין געשאסן און אריין געגעבן א פאלשע באריכט, עס איז נישט קלאר פארוואס ער האט דאס געטון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טראמפ'ס גרעניץ צאר טאם האמען, האט רעאגירט צו א ווידיא פון א באקאנטע אקטיאר און זינגער וואס קלאגט אויפ'ן שיקזאל פון אומלעגאלע אימיגראנטן, זאגנדיג אז "ער טוט זיך נישט אנטשולדיגן פאר וואס ער טוט און וועט ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט צו העלפן פארזיכערן אמעריקא."

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער פרעזידענט טראמפּ האט איינגעלאדנט מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו פאר א זיצונג, קומענדיגע דינסטאג, פעברואר דעם פערטן.

נתניהו איז דער ערשטער לאנד פירער צו ווערן איינגעלאדנט דורך די ווייסע הויז, אין פרעזידענט טראמפּ'ס צווייטער טערמין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ווייסע הויז זאגט אז זי קוקט אריין אין די נאציאנאלע זיכערהייט טעמע ארום די דיעפּסיעק כינעזער עי-איי פירמע, נאך פארדאכטן אז די פירמע טוט אוועקלייגן דאטא פון אמעריקאנער באנוצער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ צו פריים מיניסטער ביבי נתניהו: "איך וויל דיר פארמאל לאדענען און עס וועט זיין מיין עהרע דיר צו האבן אלס דער ערשטער לאנד פירער דורכאויס מיין צווייטער טערמין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צפון קארעא זעלנער האבן זיך צייטווייליג ארויסגעצויגן פון די פראנט ליניעס אין קורסק ראיאן נאך וואס זיי האבן געליטן שווערע פארלוסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Attendee Registration and Booth Reservation at Jewishexpos.com
די סענאט האט באשטעטיגט דער געוועזענער קאנגרעסמאן פון וויסקאנסין, שאן דופי צו ווערן דער טראנספארטאציע מיניסטער. די אפשטימונג איז געווען 78 יא און 22 ניין.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט צוגעשטעלט פאר אוקראינע אירע אלטע לאנד-צו-לופט פאטריאט מיסיל סיסטעמען, און האט שוין צוגעשטעלט 90 פאטריאט אינטערסעפּטערס.

די סיסטעמען זענען צוערשט געגאנגען צו די פאראייניגטע שטאטן וועלכע וועט עס פארעכטן און איבערארבעטן די ראדארן.

עס איז א גרויסע נייעס צוליב וואס מדינת ישראל האט אנגענומען א נוטראלער צוגאנג אין די רוסישע אוקראינע קאנפליקט ביז אהער, און דאס איז די גרעסטע שריט וואס זי טוט פאר אוקראינע זינט די מלחמה האט אויסגעבראכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בארימטער עי-איי עקספערט וועמען מיר האבן אנגעפרעגט איבער דיעפּ-סיעק אן עי-איי פירמע באזירט אין כינע, וואס האט נעכטן אויפגעטרייסלט דער סטאק מארקעט און געברענגט אסטראנאמישע פארלוסטן און אומזיכערקייט ביי מיליאנען אינוועסטירער, ענטפערט פאר אידישער ווינקל אין אן אויסשליסליכער סטעיטמענט.

"נאכ'ן אריינקוקן אין די טעמע, בין איך געקומען צו דער מיינונג אז עס מוז זיין אז די כינעזער זענען ליגענערס, די מאדעל האט זיי נישט געקאסט קיין פינעף מיליאן דאלער, און זיי האבן נישט גענוצט קיין ביליגע דזשי-פי-יו סיסטעמען און איך האלט אז זיי האבן גענוצט מער וויפיל אפען-עי-איי נוצט.

לויט מיין מיינונג מאכן זיי בלויז פסיכאלאגישע קריגס טאקטיקן צו אנשרעקן דעם אמעריקאנער באפעלקערונג.

די סטאק מארקעט וועט זיך צוריקכאפן און ענווידיע וועט ווייטער זיין א הויפט שפילער מיט געברויכן פאר זייערע טשיפס."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ברעיקינג: אן אמעריקאנער עף-35 פליגער האט געקראכט אין די עילסאן עירפארס באזע אין אלאסקא, דער פּילאט האט זיך באוויזן צו ראטעווען און איז געבליבן לעבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מלחמה אין דער צוקונפט?

דראמאטישע ווידעא צייגט א ראבאטישע הינט אין שלאכטן קעגן א דראון אין כינע, מיט ביידע פייערנדיג איינער קעגן דעם אנדערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אינוועסטירן איז קאמפליצירט אבער קען ברענגען גאר שיינע רווחים מיט די ריכטיגע סטראטעגיע און פראפעסיאנאלע הילף.

טויזענטער אינגעלייט געניסן שוין פון פראפעסיאנאלע הילף איבער סטאק מארקעט אינוועסטירונגען.

סיינט אייך היינט אויף אומזיסט: http://eepurl.com/iOiGvk

פאר אונזער וועבזייטל דרוקט: www.marketzifern.com
ניו יארק אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס זאגט אז די סטעיט וועט קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציע אין געריכט, איבער דעם וואס טראמפ האט געפרוירן פעדעראלע גרענטס און הלוואות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין א אינטערוויו האט מייקראסאפט סי-אי-או ביל געיטס אנגערופן עטליכע קאמענטארן פון אילאן מאסק, 'טאטאל משוגע'.

אין צוגאב ווארענט ביל געיטס אז מאסק האט די מעגליכקייט צו דעסטאביליזירן לענדער ארום די וועלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאכפאלגענדיג באריכטן אז די ווייסע הויז טשיף אף סטעף סוזי וויליס האט געצוימט אילאן מאסק'ס צוטריט צו טראמפ, האט מאסק רעאגירט מיט א מעסעדזש אויף עקס פון צוויי לאכעדיגע עמאודזשיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אוקריינישער נייעס אגענטור האט ארויס געשטעלט אנגעבליך ארויסגערינענע דאקומענטן איבער טראמפ'ס פלאן צו ענדיגן די רוסלאנד-אוקריינע קריג ביז אפריל 20.

די אפיס פון פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי לייקנט אז די דאקומענטן זענען עכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן גיבן אן אז כינעזער טעכנאלאגיע פירמעס נעמען צוביסלעך איבער די טעכנאלאגיע אינדוסטריע אין רוסלאנד, ווען זיי רוקן זיך שטאטליך אריין יעצט ווען רוסלאנד קען נישט געניסן פון די מערב וועלט, צוליב סאנקציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פארטרעטער פאר מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן פאר די טראמפּ אדמיניסטראציע, סטיוו וויטקאף האט היינט באזוכט אין עזה, און טרעפט זיך יעצט מיט מדינת ישראל פריים מיניסטער.

וויטקאף האט אויך באזוכט אין סאודי אראביע, ארבעטנדיג אויף ווייטערדיגע פאזעס פון די פייער אפשטעל און מעגליך גרעסערע נארמאליזאציע אפמאכן צווישן לענדער אין דער ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️