אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.25K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי האט געגעבן אן אינטערוויו פאר דער אמעריקאנער קאנסערוואטיווער דזשורנאליסט שאן הענעטי.

צווישן אנדערע זאגט ער אז פוטין האט נישט מורא פון אייראפע, און אז יעדער קוקט אויף טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אפיציעלער בילד פון דער געוועזענער טשיף אוו סטעף, מארק מילי, איז געווארן אראפגענומען פון די וואנט אין די פּענטעגאן געביידע.

מילי האט אויך פארלוירן זיין זיכערהייט און אן אויספארשונג קוקט אריין איבער די מעגליכקייט פון אראפנעמען א שטערנדל פון זיין קאריערע.

פארלירן א שטערנדל קען אויסמאכן אויף זיין פענסיע געהאלט און נאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אויב באקומט איר נישט אונזערע נייעס אויף סטאטוס, סיינט אייך אויף צובאקומען אונזערע געשמאקע טעגליכע באריכטן.

👉 https://bit.ly/3MjwS2Q
די נייע סירישע גאווערמענט מעלדט די אויפלעזונג פון די אסאד רעזשים קאנסטיטוציע, און די צוזאמשטעל פון די אלע רעבעל גרופעס וועלכע וועלן אינאיינעם פארמירן די נייע סירישע מיליטער.

די סיריע אראבישע סאציאלע פארטיי איז געווארן אפיציעל אויפגעלעזט און דער פירער אכמאד אל שארא וועט פארמירן א לעגיסלאטיווע קאונסיל און זיין דער פרעזידענט ווילאנג א פערמאנענטע קאנסטיטוציע וועט ווערן באשטעטיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: געוועזענער דעמאקראטישער סענעטאר באב מענענדעז פון ניו-דזשערזי איז געווארן פאראורטיילט צו 11 יאר אין טורמע פאר'ן נעמען שוחד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טאקער קארלסאן וועלכע געפונט זיך אין ריאד, סאודי אראביע, זאגט אין אן אינטערוויו אז ער האט זיך דארט אנגעשטויסן אין צוויי ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן אים געזאגט אז זיי זענען געקומען עפענען א כשר'ע געשעפט...

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ברעיקינג: א ווידעא צייגט ווי צוויי פליגערס קראכן זיך צוזאם העכער די פּאטאמעק ריווער אין וואשינגטאן די-סי.

די פליגער פון אמעריקען עירליינס האט געהאט אויף זיך 60 מענטשן און איז געקומען פון קענזעס.

עס איז דערווייל נישט קלאר וויפיל פאטאליטעטן זענען דא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך דעטאלן: אמעריקען עירליינס 5342 וואס איז געקומען פון ווישיטע, קענזאס וואס האט געמאכט איר וועג צו וואשינגטאן האט זיך צוזאמגעקראכט מיט א פאליציי העליקאפטער.

א מאסיווער עמערדזשענסי רעאקציע איז אנוועזנד צו ראטעווען די פאסאזשירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די רעיגען לופטפעלד אין וואשינגטאן: אלע פארקער איז געווארן אפגעשטעלט אויף צייטווייליג צו אויספארשן די קראך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אפדעיט: די העליקאפטער וואס האט אריינגעקראכט אין די אמעריקען עירליינס פלייט 5342 איז געווען א מיליטערישער בלעק האוק העליקאפטער.

שאנסן פאר איבערלעבער זענען זייער שמאל לויט אנוועזנדע אויפ'ן סצענע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקען עירליינס איז שוין געפאלן העכער דריי פראצענט נאכפאלגנדיג די פליגער קראך אין וואשינגטאן די-סי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: פיר מענטשן זענען געווארן געראטעוועט לעבעדיגערהייט פון די וואסער, נאך די פליגער קראך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אפדעיט: די מיליטערישע העליקאפטער וואס האט געקראכט האט געהאט אויף זיך דריי זעלנער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אנדערש ווי נעכטן באריכטעט, ווערט אויסגעקלארט און אפיציעל געמאלדן אז עס זענען נישט פארהאן קיין איבערלעבער אין די פליגער קראך אין וואשינגטאן די-סי.

פרעזידענט טראמפּ וועט רעדן צו די מידיא אינאיינעם מיט טראנספארטאציע מיניסטער שאן דופי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א פרישע ווידעא צייגט די פליגער קראך אין הינטערגרונט פון די קעפיטאל געביידע אין דער הויפטשטאט וואשינגטאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער ווארטזאגער פון כאמאס האט היינט צום ערשטן מאל מודה געווען אז דער קאמאנדיר פון די כאמאס' אל קאסאם בריגאדע מוכאמעד דעף איז געווארן עלימינירט דורכאויס די מלחמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע רונדע פון דריי משכונות זענען באפרייט געווארן דורך כאמאס אין די ווייטערדיגע אויסטויש אין וועלכע מדינת ישראל האט באפרייט טעראריסט ארעסטאנטן.

די משכונות זענען יהוד ארבל, 29, אגם בירגער, 20, און גדי מאזעס, 80.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן 80 יעריגער גדי מאזעס איז צווישן די דריי באפרייטע משכונות וועלכע זענען געווארן באפרייט היינט.

מאזעס האט אן עמאציאנאלער געזאגט אז ער וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו צוריקבויען די קיבוץ ניר-עוז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פינעף ארבעטער פון טיילאנד זענען אויך געווארן באפרייט דורך כאמאס. די ארבעטער וועלן באקומען קאמפּענסאציע פון די מדינת ישראל גאווערמענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א דראמא האט זיך אנטוויקלט דורכאויס די אויסטויש ווען מדינת ישראל האט אפגעהאלטן די באפרייאונג פון די אראבישע טעראריסט ארעסטאנטן נאכ'ן באקומען אינפארמאציע איבער די גרויזאמע באפרייאונג וואס די משכונות גייען דורך, און האבן איבערגעגעבן א פארלאנג צו די פארהאנדלער אז דאס מוז זיך אויפהערן.

די ארעסטאנטן זענען שפעטער געווארן באפרייט נאך וואס ביידע זייטן זענען געקומען א פארשטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️