אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פענסילוועניע סענעטאר דזשאן פעטערמאן [דעמאקראט] האט אנגענומען אן איינלאדענונג פון פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ צו קומען פאר א זיצונג אין מאר-א-לאגא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏12🔥4😁1🆒1
די פייערן אין לאס אנדזשעלעס האבן זיך ווייטער אויסגעשפרייט, אין טוען באדראען די פרומע אידישע געגנטער אין לאס אנדזשעלעס, די פייערן ברענען אין געגנטער דריי מייל ווייט.

שטייענדיג יעצט ברענען זעקס באזונדערע פייערן, איבער 100,000 מענטשן זענען עוואקואירט, פינעף פאטאליטעטן, מיט ווינטן עטוואס שוואכער, העלפנדיג די פייערלעשער צו עטוואס קענען אויפטון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢7
די אמעריקאנער קאנגרעס האט באשטעטיגט א ביל צו סאנקציאנירן די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט פאר'ן ארויפשטעלן ארעסט ווארענטס אויף מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍24
די פוילישע רעגירונג וועט ערלויבן פריים מיניסטער ביבי נתניהו זיך צו באטייליגן ביי די 80-סטע יארטאג צו אפצייכענען די באפרייאונג און ענדע פון די אוישוויץ לאגער, גאראנטירנדיג אז ער וועט נישט ווערן ארעסטירט, טראץ די ארעסט ווארענט פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍34👎3👏1
א הויכראנגיקער איראנער גענעראל בעכרוז עזבאטי האט היינט מודה געווען אין א רעדע אז די געשעענישן אין סיריע און די אומפאל פון פרעזידענט באשאר אל אסאד, איז געווען א הילכיגער פראסק און אנטוישונג פאר איראן, זאגנדיג אז איראן איז באזיגט געווארן זייער שטארק

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍20🤣5
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט עלעקט טראמפּ מאכט געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא לאכן, דורכאויס א שמועס ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פאר געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער.

אבאמא האט נישט גערייכט זיין האנט מיט פרעזידענט עלעקט טראמפּ און ערשטע פרוי מאלאניע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣14
אילאן מאסק זאגט אז זיין פריערדיגע שאצונג אז ער וועט קענען שניידן 2 טריליאן דאלער פונעם אמעריקאנער רעגירונג בודזשעט איז איבער געטריבן, און הגם עס איז מעגליך איז דאס אבער די מאקסימום.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁8👍1
קראגער איז איינגעגאנגען צו באצאלן 110 מיליאן דאלער צו שליכטן קלאגעס קעגן די פירמע, וואו די פירמע ווערט באשולדיגט אין ארויסגעבן צופיל פעין-קילער.

די פירמע ווערט באשולדיגט פאר'ן נישט טוהן גענוג זיך צו באווארענען קעגן פארדעכטיגטע פרעסקריבשנס, און אזוי ארום ארויס געבן די מעדיצין פאר אומנויטיגע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
• Brands •
• Ads •
• Packaging •
• Websites •

Let’s have a chat!

https://wa.link/w5cviy
1👍1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די לאס אנדזשעלעס פייער דעפארטמענט רעאקציע צו די פייער ווערט שטארק נאכגעקוקט און קריטיקירט.

טייל באשולדיגונגען אז די שטאט האט איינגעצוימט וואסער צוליב קלימאט און אנדערע ענווייראמענטאלע צוועקן.

איין ווידעא צייגט ווי א פייערמאן נוצט א טראפיק קאנטראל קאנע צו באקעמפן די פלאמען....

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣14😨1
פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ רופט קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם צו רעזיגנירן צוליב זיין שלעכטע פירערשאפט אין די סטעיט.

טראמפּ זאגט אז דאס אלעס איז זיין שולד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👌23💯11👎4👏2😁21
ברעיקינג: פרעזידענט טראמפּ זאגט אז רוסישער פרעזידענט פּוטין וויל זיך טרעפן מיט אים און אז אן אפיציעלער זיצונג ווערט שוין אראנדזשירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏18👍6👎3🔥3🆒31
א פארשוין נוצט אלמאנד מילך צו פארלעשן די אגרעסיווע פלאמען אין די פייערן אין לאס אנדזשעלעס...

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2😁2
די פייערס אין לאס אנדזשעלעס האבן שוין פאראורזאכט 10 פאטאליטעטן, און די ציפערן זענען ערווארטעט צו שטייגן.

די שאדנס פון די פייערן זענען געשאצט צו אפקאסטן ארום $52 ביליאן דאלער אין שאדנס.

דאס מאכט עס די מערסט טייערע נאטורליכע קאטאסטראפע אין די סטעיט'ס היסטאריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2💔2
ברעיקינג: א ריכטער האט געברענגט אן ענדע צו די קעיס פון פרעזידענט עלעקט טראמפּ'ס האש מאני קלאגעס, מיט'ן אים אורטיילן אן קיין שום שטראף אדער באדינונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👌12👍6🤯1
מארגען סטענלי, טשעיס און באנק אף אמעריקא זענען צווישן פילע אינוועסטירונג פירמעס וועלכע וועלן לויט באריכטן גיבן ספעציעל הויכע באנוסעס פאר זייערע ארבעטער אין די אינוועסטירונג דעפארטמענט דאס יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליציי אין אויסטראליע האבן געהעכערט זיכערהייט ביי אידישע שולן, נאך וואס מען האט געטראפן א שול אין סידני אנגעפירקלט מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען, פארגאנגענעם פרייטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱1
דער פרעזידענט פון די פעדעראלע רעזערוו באנק אין פילאדעלפיע זאגט אז עס וועלן קומען נאך ראטע שניטן אין 2025, אבער די פונקטליכע צייט ווען דאס וועט פאסירן איז צו פרי צו וויסן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טעסלא האט עטוואס איבער געמאכט איר מאדעל Y קאר אין כינע, האפנדיג צוריק צו שלעפן קליענטן דורך צושטעלן בעסערע פיטשעווקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Fight! Fight! Fight!-A Historic Battle to Build our Families!!

*Over 300 CHIDLESS couples send a letter to TZEDEK!!*

https://www.dryveup.com/tzedek/410?utm_source=ly31