אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
עקספערטן זאגן אז די שוין אזוי שווערע אינשורענס טערמינען וועלן ווערן נאך שווערער, נאכפאלגענדיג די מולטי ביליאן דאלער שאדנס פון די קאליפארניע פייערן, און וועט ברענגען אן אינשורענס קריזיס.

ווידעא פאר אילוסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥11👍2
די פאליסיידס פייער אין לאס אנדזשעלעס האט דערגרייכט די ברענטוואד געגנט אין מערב לאס אנדזשעלעס.

די פייערלעשער גרופעס אויף דער ערד און פון די הימלען, פלאגן זיך צו ברענגען די פייער אונטער קאנטראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥6
דריי כיזבאלא טעראריסטן וועלכע האבן פרובירט אינפילטרירן מדינת ישראל גרעניצן נעבן די הר דוב געגנט זענען געווארן עלימינירט דורך די לופט קרעפטן אין מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍17
טויזענטער קעמפער פון די איראנער רעוואלוציע גווארדיע האבן דורכגעפירט א מיליטערישע מארש אין טעהראן, וועלנדיג צייגן אויף זייער גרייטקייט קעגן געפארן טראץ זייערע לעצטיגע דורכפעלער אין עזה, סיריע און לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣14👍21
בלעקראק האט פארלאזט די NZAMI אינוועסטירונג גרופע וועלכע איז באזירט אויף היטן די ענווייראמענט.

די פירמע זאגט אז זי איז אריין אין די גרופע צוליב די ווילן פון קליענטן, אבער האט געמוזט אוועק טרעטן צוליב דרוק פון פאליטיקאנטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍4👎1
איראנ'ס געוועזענע העכסטע גענעראל אין סיריע דעקט אויף אז איראן האט זיך צוריבן מיט די אסאד רעזשים איידער זיין רעגירונג איז צופאלן, וויבאלד איראן האט נאכאנאנד געבעטן ערלויבעניש פון אסאד צו עפענען א פראנט קעגן מדנ''י, א זאך וואס אסאד האט נישט געוואלט נאכגעבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7😁2
עפל לייקנט די באשולדיגונגען קעגן איר אז די פירמע האט געזאמלט באנוצער אינפארמאציע דורך סירי, און זיי דאן פארקויפט פאר אדווערטייזער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3👎1
עלי-באבא האט פאריגע וואך צוריק געקויפט פערציג מיליאן דאלער ווערד פון אירע אייגענע שעירס, אלס טייל פון א א גרעסערע שעיר צוריק-קויף פראגראם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: די צאל פאטאליטעטן פון די אגרעסיווע פאליסיידס פייער אין לאס אנדזשעלעס איז געשטיגן צו 24.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱7🤯3
טשעיס וועט ערלויבן מענטשן וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די קאליפארניע פייערן, אפצושטעלן זייערע מארטגעדזש פעימענטס פאר צייטווייליג, אדער כאטש צאלן ווייניגער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍4
דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער זאגט אז קאנאדע איז גרייט מיט קאנטער טאריפס, אין פאל טראמפ וועט אנפאנגען א האנדלס קריג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣22👍6😁1
א באריכט אינעם וואל סטריט דזשורנאל צייגט אז טייערע הייזער זענען די וואס שטייען אצינד די מערסטע ליידיג, נאך וואס פילע אינוועסטירער האבן אנגעהויבן בויען לוקסעריעז, כדי צו דעקן די הויכע בויען קאסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
קרוב צו צוויי טויזענט אידן באקומען וועכענטליכע אימעילס מיט דעטאלירטע הילף איבער סטאק מארקעט אינוועסטירונגען! מיט די ריכטיגע סטראטעגיע קען יעדער מאכן שיין געלט דערפון!

סיינט אייך אויף אומזיסט: http://eepurl.com/iOiGvk

פאר'ן ציפערן וועבזייטל דרוקט: www.marketzifern.com
אוקראינע'ס פרעזידענט זעלענסקי זאגט אז אויב צפון קארעא קען אויסארבעטן אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן רוסלאנד און אוקראינע, דאן וועט אוקראינע זיין גרייט צוריק צו שיקן צוויי פארכאפטע צפון קארעאנער סאלדאטן וואס אוקראינע פארמאגט אין געפענגעניש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קובא האט אפיציעל געפיילט זיך צו אנשליסן אין די דרום אפריקע גענאציד קעיס קעגן מדינת ישראל אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎17🤣8👍2
דער פוילישער מעמבער אוו פארלאמענט גרעגארדז ברוין מעלדט אז ער וועט לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2025.

ברוין איז געווארן באקאנט ווען ער האט גענוצט א פייער עקסטינגווישער צו פארלעשן א מנורה אין דער פוילישער פארלאמענט, דערקלערנדיג אז פוילן איז א קאטוילישער פאלק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎30👍2
דער טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט פארארדענט אז די אמעריקאנער פענער זאלן ווערן צוריק געהעכערט דורכאויס פרעזידענט פרעזידענט טראמפּ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, טראץ וואס פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן א באפעל צו נידערן די פענער אין עהרע פון געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍28👎2
א סאודי אראביע צייטונג באריכט אז מדינת ישראל וועט נישט נאכגעבן די פארלאנג פון כאמאס צו באקומען דער טויטער קערפער פון דער ארכי טעראריסט יאכיא סינוואר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍18🕊3👎1
אויל פרייזן האבן דערגרייכט א פינף מאנאט הייעך, צוליב מעגליכע פרייז העכערונגען נאכפאלגנדיג די ערווארטעטע טראמפ טאריפס אויף עטליכע לענדער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1
אילאן מאסק זאגט אז זיין נוראלינק פירמע האט אריינגעשטעלט א טשיפ אין א דריטע מענטש, און אלע דריי פרואוון זענען דערווייל גוט.

ער זאגט אז די פירמע פלאנירט אריין צו לייגן די טשיפ אין נאך 20 ביז 30 מענטשן אין 2025.

▫️אידישער ווינקל ▫️