אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
טראמפ האט אויף זיין סאציאלע מידיא פלאטפארמע געשריבן חאגע וואונטשן פאר ''די ראדיקאלע לינקע משוגעים, און ספעציעל פאר זייער קעגנער, איך''.

ער האט צוגעלייגט אז די 37 מערדער וועלכע ביידן האט באגנאדיגט וויל ער נישט וואונטשן, נאר זיי זאלן ענדערש ''גיין אין גיהנום''...

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁12🔥9👍4👎3🥱1
לויט באריכטן האבן אוקראינער זעלנער פארכאפט דעם ערשטן מלחמה ארעסטאנט פון די צפון קארעא מיליטער, וועלכע זענען געשיקט געווארן צו קעמפן קעגן אוקראינע, אין די קורסק פראנט אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏14😁3👍1
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט זיך אנטשולדיגט פאר דער אזערביזשאנער פרעזידענט איבער די טראגישע אינצידענט ווי אן אזערביזשאנער ציווילער פליגער איז געווארן אראפגעשאסן, זאגנדיג אז רוסישע לופט פארטיידיגונגס קרעפטן האבן רעאגירט צו אן אוקראינישע דראון אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣8👍2
די אמעריקאנער האוזינג דעפארטמענט זאגט אז די לעצטע יאר צייט איז היימלאזיגקייט געשטיגן א שטוינענדע 18%, אין רעזולטאט פון הויכע פרייזן און די שווערע עקאנאמיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱2
מעקסיקא האט אין די לעצטערע מאנאטן ארעסטירט ארום א האלבע מיליאן אימיגראנטן וועלכע האבן פרובירט אריבער צו גיין דעם גרעניץ קיין אמעריקא.

דאס קומט אין א צייט ווען טראמפ סטראשעט מיט שווערע טאריפס אויב די מעקסיקאנער רעגירונג שטעלט נישט אפ די אימיגראנטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏13👍1
די דרום קארעא פארלאמענט האט געשטימט צו אימפיטשן דער צייטווייליגער פרעזידענט האן דאק סאא, בלויז צוויי וואכן נאך זיי האבן אימפיטשט פרעזידענט יון סוק יעאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁11🥱5👎1
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
5 Days Left!

🚨*Enter to win a FREE CAR LEASE for FREE!*🚨

All you need to do is download the PzDeals app and click the banner on top.

https://app.pz.deals/install/yvs
ברעיקינג: א פליגער פון די דזשע-דזשו לופטליניע מיט 175 מענטשן האבן געקראכט אין די מוען אינטערנאַציאָנאַלע לופטפעלד, אין דרום קארעא.

פליגער נומער 2216 איז געווען א בואינג 737-800 איז געפלויגן פון באנגקאק צו מוען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱10
פרעזידענט עלעקט טראמפּ האט געבעטן די העכסטע געריכט אין די פאראייניגטע שטאטן, זיי זאלן זיך צוריקהאלטן פון פארבאטן טיקטאק אין די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎13👍6
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט פארבאטן קינדער פון אימיגראנטן וואס רעדן נישט רוסיש, פון קענען גיין אין די פובליק שולעס אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍14👎2
אומקלארע בילד, אנגעבליך פון נייע סארט כינעזער מיליטערישע פליגער איז ערשינען אויף די אינטערנעט, עקספערטן זאגן אז עס איז נישט שייך צו וויסן אירע קוואליפיקאציעס בלויז פון א בילד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤔3🆒2😁1🤣1
העקערס האבן זיך באוויזן צו איינברעכן אין פילע קראום עסטענשאנס, אין א קאמפיין וואס זעהט נישט אויס צו צילן סיי וועלכע ספעציפישע פירמעס.

גוגל האט נאכנישט רעאגירט צו פראגן פון נייעס אגענטורן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פירמע וועלכע האט צוגעשטעלט די ארבעטער פאר בי-וויי-די'ס פאבריק אין בראזיל וואו אויטאריטעטן באשולדיגן אז ארבעטער זענען אונטער קנעכטשאפט אומשטענדן, זאגט אז די רעגירונג טרייבט איבער און די באשולדיגונגען זענען פאלש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע פוטעדזש: די פליגער פון די דזשע-דזשו לופטליניע רייסט אויף, אמווייניגסטנס 181 מענטשן זענען געווען אויפ'ן פליגער, 2 איבערלעבער זענען דערווייל געטראפן געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😨11👍1😱1
לויט באריכטן האט פרעזידענט דזשאו ביידען אויסגעדרוקט חרטה אויפ'ן זיך ארויסציען פון זיין ווידערוויילונג קאמפיין, זאגנדיג אז ער וואלט ווען באזיגט דאנעלד טראמפּ, ווען ער בלייבט אין דער פארמעסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣31😴24😁9🤨31💯1👨‍💻1
בלויז צוויי מענטשן האבן איבערגעלעבט די עראפלאן קראך אין דרום קארעא, אין וועלכע 179 אנדערע זענען אומגעקומען, ווי עס זעט אויס איז די עראפלאן געווארן באטראפן פון א גרופע פייגלעך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱9😢1
דער סי-אי-או און די עקזעקוטיוון פון די דזשע-דזשו לופטליניע בייגן אראפ די קעפ, צו אויסדרוקן חרטה און צו אויסדרוקן אנטשולדיגונג אויף די פליגער קראך אינצידענט אין וועלכע 179 מענטשן זענען אומגעקומען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣7💔6
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו איז נארוואס געווארן אריינגעפירט אין אפעראציע צימער פאר א פראצעדור, מיניסטער יריב לעווין דינט אלס צייטווייליגער פירער און וועט מאכן באשלוסן אין פאל עס וועט זיך אויספעלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
💔8🤣2
פינלאנד גרעניץ זעלנער האבן פארכאפט א רוסישע טאנקיר שיף פארדעכטיגט אין שעדיגן די עסטלינק 2 ענערגיע קעיבל אין די באלטישע אקעאן.

באריכטן געבן אן אז די שיף האט פארמאגט פארגעשריטענע שפיאנאזש דעווייסעס, ארבעטנדיג אלס א רוסישער שפיאן שיף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
עטליכע זענען שפיטאליזירט געווארן נאך וואס א באן האט אריין געקראכט אין א פייער טראק אויפן וועג צו א קאל.

די ווידעא וועלכע איז פארעפנטליכט געווארן צייגט ווי אזוי דאס האט פאסירט אבער ווייזט נישט די פאקטישע צוזאמשטויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2😱1