אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
מארקעט ציפערן איז דער איינציגסטער אידישער אימעיל מאגאזין וועלכע שטעלט צו דעטאלירטע אנאליזן איבערן סטאק מארקעט, און האט שוין געברענגט הערליכע פארדינסטן פאר אירע סאבסקרייבער.

אינוועסטירן איז קאמפליצירט אבער קען ברענגען גאר שיינע רווחים מיט די ריכטיגע סטראטעגיע און פראפעסיאנאלע הילף.

סיינט אייך אויף אומזיסט: http://eepurl.com/iOiGvk

ליינט אינפארמאטיווע ארטיקלען אויף אונזער וועבזייטל: www.marketzifern.com
4👏42👍2😍2👎1🔥1💯1
געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער, איז געשטארבן אין עלטער פון 100 יאר.

ער איז געווען דער 39-סטער פרעזידענט.

דערמיט בלייבן לעבן פיר אמעריקאנער געוועזענער פרעזידענטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍97🥱2💔2👨‍💻1
צפון קארעא מידיא האט געמאלדן די אנאנסירונגען פון די רעגירונג'ס יערליכע זיצונג, זאגנדיג אז דאס לאנד וועט אונטער נעמען די שטייפסטע מהלך שייך קעגן אמעריקא און דרום קארעא, וויבאלד די צוזאמארבעט צווישן די צוויי איז אריבער אלע גרעניצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁9🤨1
די וועלטס נומער איינס שאך שפילער האט איבער געלאזט א פארמעסט נאך וואס מען האט פון אים פארלאנגט צו טוישן הויזן נאכצוקומען די פארשריפטן.

דער שאך טשאמפיאן 'מאגנוס קארלסען' האט זיך אנטזאגט צו פאלגן און איז באשטראפט געווארן מיט $200...

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎6👍2
פרישע פוטעדזש איז ארויף געשווימען פון א מאן וועלכע איז געשטארבן אין טורמע נאך וואס ער איז צושלאגן געווארן פון די וועכטער.

די פוטעדזש צייגט אז ער איז געווען געבינדן און איז נישט געווען קיין געפאר פאר די איינגעשטעלטע וועלכע האבן אים פארט צוקלאפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢11👍1💔1
נאך וואס אילאן מאסק האט געשריבן אין א טוויט אז ער שטיצט די H-1B וויזא פראגראם, האט טראמפ געמאלדן אז ער שטיצט דאס אויך און אז ער אליין באנוצט זיך דערמיט פאר ארבעטער.

די פראגראם ערלויבט ביזנעסער אויפצונעמען ארבעטער וועלכע זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער, געבנדיג די מעגליכקייט פאר אויסלענדישע אריין צו קומען קיין אמעריקא צייטווייליג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7👎6
בעלגיע וועט פארבאטן די האנדל פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך וועלכע זענען דעספאוזעבל, אנגעהויבן פון יאנואר איינס.

די אורזאך איז צוליב געזונטהייט און ענווייראמענטאלע צוועקן, און איז דער ערשטער אייראפעישער לאנד אזוי צו טון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍15👎12
פרעזידענט עלעקט טראמפּ האט אינדארסירט מייק דזשאנסאן פאר הויז ספיקער אין א מעסעדזש אויף טרוט, וואו ער הייבט ארויס די געלונגענע קאמפיין וואס ער האט געפירט, ער באצייכנט דער רעפובליקאנער פארטיי אלס דער פארטיי וואס איז ביים גראדן זינען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍182😁2👎1💯1
גוגל CEO זאגט אז 2025 וועט זיין א קריטישע יאר פאר די פירמע, זאגענדיג אז זיי וועלן דארפן שטארק פאראויס שטיפן אין עי-איי טעכנאלאגיע כדי צו בלייבן קאנקורירענד אינעם שפיל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סיריע'ס נייע פירער אבו מוכאמעד אל דזשולאני רופט אמעריקאנער פרעזידענט עלעקט טראמפּ אז ער זאל אראפנעמען די סאנקציעס אויף סיריע אן פארהאנדלונגען און קאמפראמיסעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎4👍2😁2
די מדינת ישראל מיליטער נוצט עי-איי טעכנאלאגיע צו אנטדעקן ראקעט ארויסשיסער און נייע טונעלס אין עזה, דורכ'ן טרעפן קליינע טוישונגען אין די ערד, דורך באטראכטן מיליאנען סאטעליט בילדער מיט פארגעשריטענע פראגראמען טוענדיג די ארבעט פון עטליכע וואכן אין געציילטע מינוטן.

עי-איי טוט אויך העלפן די מיליטער מיט'ן טרעפן צילן וואו צו אטאקירן שנעל, דורך פראגראמירן סאפיסטיקירטע מאשינען צו לערנען און אויפכאפן קליינע דעטאלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍11🆒2
אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן רוסלאנד און אוקריינע איז דורכגעפירט געווארן דורך די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

רוסלאנד זאגט אז ביידע זייטן האבן צוריק געגעבן 150 פארכאפטע, אבער אוקראינע'ס פרעזידענט זאלענסקי זאגט אז אוקריינע האט צוריק באקומען 189 ארעסטאנטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁5
די דייטשע רעגירונג באשולדיגט אילאן מאסק אין פרובירן צו באאיינפלוסן די ארטיגע פעדעראלע וואלן, נאך עטליכע מאסק אינדארסירונגען פאר די שטארק רעכטע פארטיי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁6
די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאלדן א פרישע 5.9 ביליאן דאלער מיליטערישע הילף פעקל פאר אוקריינע, אויסנוצנדיג זיינע לעצטע וואכן אינעם ווייסן הויז איידער טראמפ נעמט איבער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎20👍11🤯5🔥1
די אינדוסטריעלע געגנט אין נתניה, אין ארץ ישראל, איז געווארן פארפלייצט נאך שווערע רעגנס און פארפלייצונגען אין דער ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאכפאלגנדיג די קראך פון די אזערביזשאנער פליגער דורך רוסישע פייער, האט די מדינת ישראל נאציאנאלער לופטליניע אל-על האט אפגעשטעלט אלע אירע רייזעס פון מדינת ישראל קיין מאסקווע ביז די מאנאט פון אפריל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א ווערהאוז פון די ביליגע פראדוקטן פירמע 'טעמו' איז ארויפגעגאנגען אין פלאמען אין כינע.

[גוטזאגער האבן זיך געוויצלט אז די פארלוסטן פון די גאנצע פייער שטייען ביי 58.97$ אמעריקאנער דאלער...]

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁27👍2
די נייע סירישע אויסערן מיניסטער האט געזאגט האט זיך געטראפן מיטן אוקריינער אויסערן מיניסטער, און אים געזאגט אז זיין לאנד זוכט נאנטע באציאונגען מיט אוקריינע. דאס קומט צוליב וואס רוסלאנד האט שטארק געשטיצט די אסאד רעזשים.

די אוקראינישע פאן איז געווארן צוריק ארויפגעהאנגען אויף דער אוקראינישער אמבעסאדע, נאכפאלגנדיג די באזוך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6👎4
די טוויטער אקאונט פון פארד מאטאר פירמע איז געווארן געהעקט דורך פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן וועלכע האבן ארויפגעשטעלט פּרא פּאלעסטינער לאזונגען.

די אקאונט איז שוין געווארן צוריקגעשטעלט און די מעסעדזשעס פארמעקט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱9👍2👎2😁2
די מדינת ישראל פאפולאציע האט דערגרייכט צען מיליאן איינוואוינער, קיין עין הרע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥236🍾4👏1🆒1