אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.6K photos
5.81K videos
346 files
2.48K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
ברעיקינג: נאך וואס דער דעפוטאט פריים מיניסטער פון קאנאדע האט רעזיגנירט, און מיט אנגעצויגענע געמיטער אין די טרודאו אדמיניסטראציע, טוט קאנאדע'ס פריים מיניסטער דזשוסטין טרודאו באטראכטן א מעגליכקייט צו רעזיגנירן פון אמט, ער איז ערווארטעט צו אויפטרעטן פאר די קאנאדישע פארלאמענט מיט א רעדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏19👍41
די כוטי טעראר גרופע'ס ווארטזאגער נעמט פאראנטווארטליכקייט אויפ'ן שיסן א פאלעסטיין-2 הייפערסאניק מיסיל פריער אין טאג, אין ריכטונג פון יפו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁6🥱31
טעסלא האט געהעכערט די פרייז פאר איר טייערע מאדעל עס אויטאמאבילן מיט פינף טויזענט דאללאר כדי צו העכערן פראפיטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7👎6
דזשעג-מעט סינג, דער פירער פון די ען-די-פי פארטיי אין קאנאדע שליסט זיך אן אין א רייע פירער פון פארטייען אין קאנאדע וועלכע רופן פריים מיניסטער דזשוסטין טרודאו צו רעזיגנירן פון אמט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏10👍3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*💥OJBA 2024💥*
*Thiis Wednesday!*

Mega Construction & Management Expo
12.18.24

*Register Now!:* ojba.net/yvr
אוקראינע האט אויפגעדעקט אז זי האט אנטוויקלט א לעזער וואפנס סיסטעם וועלכע קען צילן און אראפברענגען געפארן פון די הימלען, אוקראינע איז די פיפטע לאנד צו אנטוויקלען א לעזער וואפן סיסטעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5🔥2👎1
א דראמאטישע אויפדעקונג דורך סי-ען-ען ווי אן ארעסטאנט ווערט אפגעפונען אין א סירישע טורמע, איז צערינען ווי א זייפן בלאז ווען בילדער זענען ארויפגעשווימען ווי דער אנגעבליכער ארעסטאנט זייענדיג אן עירפארס אפיציר מיט'ן נאמען מוכאמעד סאלאמא, סי-ען-ען טוט פארשן דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣10👍1
איי-דזשי אנאליזירער טאני סיקאמור זאגט אז מיט ביטקוין'ס אנגייענדע וואוקס שטעלט זיך ארויס אז די צוריק-פאל וואס פילע האבן ערווארטעט האט פשוט נישט פאסירט.

זיינע ווערטער ווערן אפגעטייטשט אז ער האלט אז דאס וועט נישט פאסירן אינעם נאנטן צוקונפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍4
סטארבאקס זאגט אז זיי וועלן ארבעטן מיט א נייע סטראטעגיע צוריק צו באקומען זייער פארלוירענע מערקעט אין כינע, דורך ארבעטן אינאיינעם מיט פאפולערע פיגורן צו פארבעסערן איר אנזען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁5
א באריכט אין די רוסישע ספוטניק אגענטור זאגט אז א מדינת ישראל העליקאפטער האט היינט געלאנדעט אין א מיליטערישע באזע נעבן דמשק, סאלדאטן זענען דערפון ארויסגעשפרינגען און זיך אומגעקערט צום העליקאפטער ארום 20 מינוט שפעטער.


בילד: אילוסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7🔥1
ביבי נתניהו'ס אויפטריט אין זיין אנגייענדע קלאגעס זענען געווארן אפגעשטופט צוליב זיין פארלאנג, זאגנדיג אז ער דארף שענקען אויפמערקזאמקייט צו א קריטישע אויפגאבע.

די נייעס ווערט באריכט מיט אנגעצויגנקייט אין אראבישע קוועלער און לענדער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍15
מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער ישראל כץ זאגט אז מדינת ישראל שטייט דאס נענטסטע צו א משכונות אפמאך ווי סיי ווען זינט די פריערדיגע אפמאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥103👍3👎3
דער סי-אי-או פון סאפטבענק האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט עלעקט טראמפּ, מעלדנדיג אז זיין באנק וועט אינוועסטירן הונדערט ביליאן דאלער אין די פאראייניגטע שטאטן, ספעציפיש אין עי-איי אינדוסטריעס. די אינוועסטירונג וועט ברענגען 100,000 דזשאבס אין די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥10👍3👏1😨1
סאיאד מוכאמעד מאדי נאסראלא, דער זוהן פון כאסאן נאסראלא, האט געענדיגט זיין רעליגיעזע עדיוקאציע און באקומען זיין "טורבאן" אין די איסלאמישע רעפובליק אין איראן, ביי א צערעמאניע אנגעפירט דורך דער העכסטער גייסטישער פירער אייטאלא כומעיני.

די "טורבאן אנטון" צערעמאניע איז געווארן פערזענליך דורכגעפירט דורך אימאם כומעיני און צייכנט אפ דאס ענדיגן דער ערשטער שטאפל אין די שאיאטישע איסלאמישע רעליגיע פון ווערן רעליגעזע פירער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣143
פובליק סערוויסעס האבן זיך צוריק אנגעהויבן אין סיריע, מיט די רעבעלן געפירטע גאווערמענט פרובירנדיג צוריקשטעלן די ווירטשאפט, די מיסט ארבעטערס רייניגן אפ דאס לאנד פון אלע בילדער און מאנומענטן פון די 50 יעריגע אסאד רעזשים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥7
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסישער לוטענאנט גענעראל איגאר קירילאוו, פירער פון די רוסישע נוקלעארע פארטיידיגונגס קרעפטן איז געווארן עלימינירט אין מאסקווע, אין א ספעציעלע אפעראציע דורך אוקראינע'ס דאמעסטישע זיכערהייט אגענטורן.

קירילאוו איז דער הויפט פון די נוקלעארע, ביאלאגישע און כעמישע וואפנס און קרעפטן און איז דער העכסטראנגיקע רוסישער מיליטערישער באאמטער צו ווערן עלימינירט אינדרויסן פון די שלאכטן זינט די קרעמלינ'ס אינוואזיע אין אוקראינע.

קירילאוו איז אומגעקומען אינאיינעם מיט א געהילף פארנט פון זיין אפארטמענט געביידע ווען א באמבע, באהאלטן אין אן עלעקטראנישע סקוטער האט אויפגעריסן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍16👎1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דייטשער באאמטער סטעפאן שנעק מעלדט אז דייטשלאנד טראכט ערנסט פון צוריק עפענען איר אמבעסאדע אין דמשק אין די הויפטשטאט פון סיריע.

ער האט רעקארדירט די מעסעדזש פארנט פון דער געוועזענער אמבעסאדע געביידע אין דמשק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאך וואס מדינת ישראל פריים מיניסטער האט אנגעדרייט א דראמא מיט'ן אפשטופן א טאג אין געריכט און האלטן דעם פאלק אין שפאנונג מיט'ן נעמען א העליקאפטער פון הדסה שפיטאל, איז געווארן קלאר אז נתניהו איז אנגעקומען צו די חרמון בארג אין סיריע, וואו ער איז באקומען א פולשטענדיגער בריפינג איבער די ארטיגע זיכערהייט סיטואציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9🔥2
אין קהילת עדת ישראל אין מעלבוירן, אויסטראליע, קומט פאר א מעמד בקשת מחילה פון די ספרים און תשמישי קדושה וועלכע זענען ליידער געווארן פארברענט אין די אנטיסעמיטישע אטאקע.

דער רב, הרב שלמה קאהן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢17
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א ריזיגער נישט-כשר'ער פיצא באקס ווערט דעליווערט צו א קליענט אין סעינט פעטערבורג רוסלאנד, געשלעפט דורך עטליכע דעליווערי לייט...

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁91