אלי באבא איז איינגעגאנגען צו באצאלן א 433 מיליאן דאלערדיגע געלט שטראף איבער מאנאפאל קלאגעס, טראץ וואס די פירמע טענה'ט ווייטער אז זי איז נישט באגאנגען קיין שום פארברעכן. די פירמע האט געמאלדן אז זיי וועלן באצאלן די געלט שטראף וויבאלד אויב וועלן זיי ווייטער קעמפן וועט עס זיי נאר אויסקומען טייערער.
▫️אידישער ווינקל ▫️
▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליטישע פארמעסט: העכסטע דעמאקראטישע פירער, אריינגערעכנט סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס, און קאנגרעסמאן קאנדידאט מאנדעיר דזשאונס, האבן באזוכט אין אידישע געגנטער, אריינגערעכנט אין שיכטן סקווירא, ווי זיי האבן באקומען א טור אין די גיגאנטישע נייע שול.
▫️אידישער ווינקל ▫️
▫️אידישער ווינקל ▫️
דזשעי-פי מארגען טשעיס CEO דזשעמי דיימאן האט היינט ביי א באנק קאנפערענץ געזאגט אז עס איז צייט בענק זאלן אויפהערן זיך לאזן און אנהויבן צוריק קעמפן מיט די זינלאזע רעגולאציעס וועלכע ווערן אויף זיי ארויף געלייגט.
ווי ער זאגט פארשטייט ער אז די בענק האבן מורא אויב זיי וועלן זיך קעגן שטעלן אז מען וועט זיי מער 'באשטראפן', אבער ער זאגט אז דאס מוז פאסירן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
ווי ער זאגט פארשטייט ער אז די בענק האבן מורא אויב זיי וועלן זיך קעגן שטעלן אז מען וועט זיי מער 'באשטראפן', אבער ער זאגט אז דאס מוז פאסירן.
▫️אידישער ווינקל ▫️
אדידאס CEO האט געמאלדן אז די פירמע איז זיך דורך געקומען מיט קאניע וועסט אינדרויסן פון געריכט. ווי ער זאגט האט קיינער פון די צוויי זייטן נישט געצאלט קיין געלט.
די צוויי האבן זיך אנגעהויבן שלאגן מיט צוויי יאר צוריק נאך וואס וועסט האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע ווערטער, און אדידאס האט אפגעשטעלט צוזאמארבעט מיט אים.
▫️אידישער ווינקל ▫️
די צוויי האבן זיך אנגעהויבן שלאגן מיט צוויי יאר צוריק נאך וואס וועסט האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע ווערטער, און אדידאס האט אפגעשטעלט צוזאמארבעט מיט אים.
▫️אידישער ווינקל ▫️