אידישער ווינקל
5.1K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דרום קארעא באטראכט א מעגליכקייט פון שיקן זעלנער און שפיאנאזש איינהייטן קיין אוקראינע נאך וואס צפון קארעא האט געשיקט זעלנער קיין רוסלאנד.

די זעלנער וועלן ארויסהעלפן די אוקראינער דורכפירן אויספארשונגען און דינען אלס איבערטייטשער צווישן די קארעא זעלנער פארכאפט אין אוקראינע.

זיי וועלן אויך צושטעלן אינפארמאציע איבער די צפון קארעא מיליטערישע טאקטיקן, די מיליטערישע דאקטרינע און אפעראציע מעגליכקייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
חול המועד פארברענג: הונדערטער אידן האבן הנאה פון די 'סטעידזש פון לעבן' פראגראם מיט מוזיקאנטן און אונטערהאלטער אין שפיץ פון דער משמח אלוקים ואנשים ארי סאמעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א טעראר אטאקע האט פאסירט אין א פעקטארי אין אנקארא, טערקיי רעזולטירנדיג אין פאטאליטעטן און פארוואונדעטע.

לויט ערשטע באריכטן זענען דריי מענטשן געווען פארמישט, פון וועלכע צוויי זענען שוין נוטראליזירט.

ספעציעלע טערקישע קרעפטן זענען געווארן אריינגעברענגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל האט אונטערגענומען א סעריע נקמה אטאקעס אין פילע לאקאציעס אין איראן, צילנדיג מיליטערישע פראדוקציע פון באליסטישע מיסילס און דראונס.

אזוי אויך האט מדינת ישראל אטאקירט פילע פארטיידיגונגס סיסטעמען וועלכע האבן באשיצט קריטישע און גרעסערע צילן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן האט רוסלאנד ארויסגעהאלפן איראן מיט שפיאנאזש און געווארנט איראן איידער די מדינת ישראל אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז דער איראנער גייסטליכער פירער אייטאלא כומעיני איז געווארן דיאגנאזירט מיט קענסער, אויף א שטארק אויסגעשפרייטע שטאפל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער יו-ען סעקרעטערי גענעראל אנטאניא גוטערעס וועלכע הערט נישט פארדאמען און פארפירן קעגן מדינת ישראל מיליטערישע אינוואזיעס קעגן טעראר גרופעס אין עזה און לבנון, טרעפט זיך מיט רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין וועלכע פירט אן א אומפראוואקירנדע אינוואזיע, קעגן אוקראינע, דורכאויס זיין באזוך אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
כאמאס האט צוריקגעוויזן מדינת ישראל'ס פייער אפשטעל פארשלאג, וועלכע האט אריינגערעכנט א פארזיכערטע וועג-ארויס פאר כאמאס טעראריסטן אין אויסטויש פאר די משכונות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צייטונג אין איראן מיט ריזיגע העדליינס: "איראן מוז רעאגירן".

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל סאלדאטן האבן געפונען א שפילצייג ספר תורה'לע אין כאן יוניס געגנט אין עזה, וואס איז גערויבט געווארן דורך טעראריסטן אין די טעראר אטאקע, א יאר צוריק אום שמחת תורה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טויזענטער פארזאמלט ביי די עפל טיש, פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתניה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליטיקא באריכט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפּ באקומט רעקארד הויכע שטיצע צווישן יונגע, שווארצע און לאטינא וויילער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ איז געווארן אינדארסירט דורך א געשעצטע קאאליציע פון מוסלעמענער אימאמס און אנדערע פראמינענטע פירער פון די מוסלעמענער געמיינדע אין מישיגען, "מיר שטייען מיט טראמפּ ווייל ער שטעלט פאר שלום, נישט קריג."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
זעקס מדינת ישראל בירגער זענען ארעסטירט געווארן נאך וואס זיי האבן פרובירט דורכברעכן א צוים אריין אין עזה, זאגנדיג אז זיי קומען צו אויפבויען א נייע אידישע ישוב.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי מענטשן זענען ארעסטירט געווארן אין די ארוגאם בעי געגנט אין סרי-לאנקא, אויף די פארדאכט פון פלאנירן אן אטאקע קעגן מדינת ישראל בירגער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עגיפטישער פרעזידענט אל-סיסי האט פארגעשלאגן א נייע פייער-אפשטעל פאר א צוויי טעג אין וועלכע פיר משכונות וועלן ווערן באפרייט, אין אויסטויש פאר א צאל פאלעסטינער טעראריסטן, ווען די 10 נאכפאלגנדע טעג וועלן ווערן אויסגענוצט פאר פארהאנדלונגען פאר א פערמאנענטע פייער אפשטעל און דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מעדיסאן סקווער גארדאן סטאדיום אין ניו-יארק איז אנגעשטאפט דורך טראמפּ שטיצער, ווארטנדיג פאר דער אויפטריט פון געוועזענער פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
שטארקע מדינת ישראל פארשריט ווערט באריכטעט אין די געגנטער פון רמייך, בינט דזשבייל, מייס-עדזש דזשאבאל, ראב עט טאלעטין אין נאקווארא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אטאקע האט פאסירט אין צפון תל אביב, ביי די הערצאג מיליטערישע באזע אין גלילות, ווען א באס מיט פענסיאנירטע לייט אויפ'ן וועג זיך צו באטייליגן ביי א צערעמאניע אין די באזע, ווען א טראק דרייווער איז אריינגעפארן אין די מענטשן, לאזנדיג איבער 40 געשעדיגטע, די מיליטער פארשט דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גוגל ארבעט אויף א נייעם פראיעקט מיטן נאמען 'דזשארוויס', אן עי-איי טול וועלכע וועט קענען איבער נעמען די בראוזער און צוענדיגן וואס דער באנוצער האלט אינמוטן טוהן.

ער וועט אויפכאפן ווען איינער וויל קויפן עפעס ספעציפיש אדער זוכט אינפארמאציע אין א געוויסע נושא, און דאן צוענדיגן די ארבעט. עס איז ערווארטעט אז דאס וועט ארויסקומען אזוי פריה ווי פאר ענדע 2024.

▫️אידישער ווינקל ▫️