אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע באן עקסידענט אין ווארשא, פוילן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢6💊3😱1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Full selection of *Shabbos Nachamu Curedish Boards:*

Catskills Delivery Deadline: Thursday 2PM.

https://wa.me/c/17185221818
קרעדיט קארד חובות לויפן העכער אין יאר 2025, לויט א פרישע באריכט פון דער לעצטער קווארטל איבער חובות, פון דער פעדעראלע רעזערוו באנק פון ניו-יארק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די יוסטיץ דעפארטמענט פרובירט ארבעטן אז די דער פארשוין וואס האט דערמארדעט צוויי מדינת ישראל אמבעסאדע שטאב מיטגלידער אין וואשינגטאן די-סי זאל ווערן פאראורטיילט מיט א פעדעראלע האס קרימינאליטעט, זאגנדיג אז ער איז געווארן געטריבן פון אנטיסעמיטיזם און נישט אנטי מדינת ישראל אגענדעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
"THERE'S ALWAYS MORE"
*
BUYRITE SUPERMARKET
13 Greenfield Rd,
Woodridge, NY
*
MEAT - FISH - SUSHI - ACAI - BAKERY - DELI - GROCERIES
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט צו פאקס נייעס אז מדינת ישראל וויל נעמען קאנטראל פון די גאנצע עזה פאס, צו באפרייען די ציווילע באפעלקערונג, צעשטערן כאמאס, און טראנספערירן עזה פירערשאפט צו אן אלטערנאטיווע רעגירונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥11👍21
סטיוו בענאן וועט לויט באריכטן לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2028.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁19🤮1🤣1
די ווייסע הויז לייקנט באריכטן פון דער קרעמלין אז א טראמפ-פוטין זיצונג וועט פאסירן אין די קומענדיגע טעג, זאגנדיג אז א לאקאציע איז נאכנישט געווארן באשטימט און אז פוטין מוז זיך ערשט טרעפן מיט זאלענסקי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
צוויי סטעיט טרופּערס זענען געשאסן געווארן אין פענסילוועניע, גאווערנאר דזשאש שפירא זאגט אז די אומשטענדן זענען דערווייל נישט קלאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*עס בויט זיך אן עיר ואם בישראל!*

פאלגט נאך די אנגייענדע אנטוויקלונגען אינערהאלב *לעיקפראנט עסטעיטס*, דער צוקונפטיגער עיר ואם בישראל אין פלארידע ההולך ונבנית.

*אכטונג! צוליב די גרויסע נאכפראגע האבן מיר געעפנט א נייע גרופע* פאלגט נאך דעם לינק 👇

https://chat.whatsapp.com/Chxc1DfXtmo5ksj9OT1mfW?mode=ac_t
1
די פאראייניגטע שטאטן טוט פארשלאגן א $50 מיליאן דאלער באלוין פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו דער ארעסט פון דער ווענעזועלע פרעזידענט ניקאלעס מאדורא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אל-על לופטליניע הויפטקווארטיר אין פאריז פראנקרייך איז געווארן וואנדאליזירט דורך פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן.

די הויפטקווארטיר איז אין רעזולטאט געווארן פארשלאסן, ווען די פירמע האט באשלאסן אז זי וועט מער נישט אפערירן אין פאריז און זיי וועלן אויפנעמען אן אנדערע פירמע צו פירן די אל-על טערמינאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤬1
פרעזידענט טראמפ און רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין באשטעטיגן אז זיי וועלן זיך טרעפן אין אלאסקא'ס גרעסטע שטאט אנקאראזש, אום אוגוסט 15.

אלאסקא האט אמאל באלאנגט פאר רוסלאנד און איז געווארן אפגעקויפט דורך די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
דער פריים מיניסטער און אפאזיציע פירער פון קאנאדע זענען ארויסגעקומען פארדאמען אן אנטיסעמיטישער אקט ווי א חרדישער איד איז צעשלאגן געווארן דורך א יוגנטליכער פארנט פון זיינע קינדער, ביים פארברענגען אין א שפיל הויף.

די לאקאלע אידישע ארגענעזאציעס אין מאנטרעאל זענען ארויסגעקומען מיט א רוף אז ווער עס דערקענט אדער זעט דעם פארשוין זאל זיך באלד פארבינדן, מען קען רופן חברים אדער פאליציי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
5
פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט די פענטעגאן צו נוצן מיליטערישע מאכט קעגן די דראג קארטעלס וואס אפערירן אין די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥13
פארברענגט מיט אייערע קינדער אויף א היימישע פארנעם דעם בין הזמנים אין די בארימטע אמעריקען דריעם וואסערפּארק

For Tickets call 845-422-5200

Website 👉 https://perlmanproductions.com/
*WhatsApp us at* 👉🏻
https://api.whatsapp.com/send?phone=18454225200&text=I'd%20like%20to%20purchase%20a%20ticket
1
דער אייגנטומער פון טראמפ בורגער, א רעסטוראנט מיט עטליכע לאקאציעס אין די יוסטאן געגנט אין טעקסאס איז געווארן ארעסטירט דורך די אייס אגענטור און שטייט אויס צו ווערן ארויסגעליפערט פון די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁14👍2👎1
דער סענטקאם קאמאנדיר גענעראל מייקל קורילע האט געענדיגט זיין טערמין און דאס איבערגעגעבן פאר זיין דעפוטאט אדמיראל ברעד קופער וועלכע איז געווארן דער נייע קאמאנדיר פון די פאראייניגטע שטאטן פון די צענטראלע קאמענד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל זיכערהייט קאבינעט האט באשטעטיגט די פלאן פון מדינת ישראל פריים מיניסטער צו באזיגן כאמאס.

די מדינת ישראל וועט זיך מאביליזירן צו אייננעמען עזה סיטי אינדערצייט וואס זי שטעלט צו הומאניטארישע הילף פאר די ציווילע באפעלקערונג אינדרויסן פון די שלאכט זאנעס.

די קאבינעט האט אדאפטירט מיט א מאיאריטעט די פינעף פרינציפן צו ענדיגן די קריג.

1. אנטוואפענען כאמאס.
2. אומקערן אלע משכונות, די לעבעדיגע און געפאלענע.
3. דעמיליטאריזירן די עזה-פאס.
4. מדינת ישראל זיכערהייט קרעפטן נעמען איבער קאנטראל פון די עזה פאס.
5. עס ווערט אנטוויקלט אן עקזיסטענץ פון אן אלטערנאטיווע גאווערמענט וואס איז נישט כאמאס און נישט די פאלעסטינער אויטאריטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍51👎1