אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.6K photos
5.83K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין א זייער זעלטענע שריט האט זיך היינט דער אמעריקאנער אמבעסאדאר צו מדינת ישראל, מייק האקעבי באטייליגט ביי די טרייעל פון פריים מיניסטער ביבי נתניהו, זאגנדיג אז ער איז געקומען זען "וואס עס גייט פאר, און צו צייגן שטיצע."

דער אמבעסאדאר האט מיטגעברענגט א קליינע בערעלע פאר א געשאנק צום פריים מיניסטער, צו אפשפעטן פון די טרייעל.

דאס פאלגט נאך פרעזידענט טראמפ'ס טוויטס רופנדיג אפצושטעלן די טרייעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍73🤮2
נאך וואס איסלאמישע קעמפער האבן אטאקירט דרוזן אין סיריע, האט דער דרוזישער פירער וועלכע ווערט געשטיצט דורך מדינת ישראל גערופן צו פרעזידענט טראמפ און צו מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו אז זיי זאלן זיך אריינמישן און אפשטעלן די בלוט פארגיסונג און דראמאטישע אנטוויקלונגען אין סאוועידא, סיריע.

מדינת ישראל האט געענטפערט דעם רוף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
כאאס ביי די מדינת ישראל גרעניץ מיט סיריע: מדינת ישראל זעלנער פרובירן אפשטעלן הונדערטער דרוזן וואס פרובירן שטורעמען קיין סיריע, צו ארויסהעלפן זייערע ברודער וואס קומען אונטער אטאקע פון די סירישע איסלאמישע עקסטרעמיסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט אנגעהויבן רעדן אראביש און אומאפציעל דערקלערט קריג קעגן סיריע.

די מיליטער האט אטאקירט פילע סימבאלישע געביידעס און הויפטקווארטירן אין דמשק, וועלכע באלאנגען צו די נייע רעזשים פון אכמאד אל שארא, א געוועזענער ראדיקאל.

דער סירישער פרעזידענטליכער פאלאץ איז אויך געווארן געצילט מיט אן אטאקע ביים אריינגאנג, צו ווארענען די ארטיגע פירער אז זיי זאלן זאפארט נעמען שריט צו באשיצן די דרוזן, וועלכע ווערן פארטיידיגט דורך מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏9👎2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דרוזישע איינוואוינער אין סיריע, רייסן אראפ די פאן פון די נייע רעזשים פון אכמאד אל שארא, און הענגען אויף אנשטאט די פאן פון מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏13👎1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ: "די עפשטיין פיילס איז א האוקס, און סיי ווער עס רעדט דערפון איז א נארישע מענטש."

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣6🤓2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף דער קרוין פרינץ און פריים מיניסטער פון באכרעין, צו די ווייסע הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פינלאנד האט פארבאטן רוסישע און בעלארוסישע בירגער פון איינקויפן ריעל עסטעיט אין זייער לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
8👍3
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט גוטע נייעס איבער עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤔9🤣5
די לעגיטימע רעגירונג אין תימן האט קאנפיסקירט א ריזיגע קוואנטום וואפנס פון איראן אויפ'ן וועג צו די כוטי טעראר גרופע, עס איז באשטאנען פון העכער 750 טאן פון ראקעטן, דראונס, מיסילס און אנטי שיף מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏101
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער אדרעסירט די דרוזן זאגנדיג אז מדינת ישראל וועט פארטיידיגן די דרוזן אין סיריע.

לויט באריכטן איז שוין געווארן אויסגעארבעט א שלום אפמאך צווישן די דרוזן און די איסלאמישע קעמפער, נאך די דרוק פון די מדינת ישראל אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1👎1
פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיעט העגסעט האט פארארדנט דאס אהיימשיקן 2,000 נאציאנאלע גארדס זעלנער וואס זענען געשיקט געווארן קיין לאס אנדזשעלעס צו באשיצן פעדעראלע פראפערטיס און פערזענליכקייטן דורכאויס די פראטעסטן לעצטע מאנאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער אמבעסאדאר צו מדינת ישראל מייק האקעבי טוויט נאך זיין באטייליגונג פון מדינת ישראל פריים מיניסטער טרייעל, טראמפ איז גערעכט, נאכאמאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥8👏3🤮31
נישט דא ווער זאל לאכן: כיזבאלא, וועלכע איז שוין יארן פארוויקלט אין שלאכטן צו אונטערדרוקן די רעבעלן אין סיריע, אויף דער זייט פון באשאר אל אסאד, און אויף דער זייט פון איראן, טוט פארדאמען מדינת ישראל אויף אירע אטאקעס קעגן סיריע...

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁7
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט איבערצייגט קאקע-קאלע אויפצוהערן לייגן קארן סירופ אין זייער 'קאוק' געטראנק, און אנשטאס דאס איבערזעצן מיט צוקער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍10😁6🔥1💊1
*Our Sales Team Are Now In Town*
*6 Sales Slots Remain Open.*

Jerusalem Sky - Luxury of being HERE! Kosel, Mir, Geulah!

https://jerusalemsky.co.il/
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
בריטישער פריים מיניסטער קייר סטארמער מעלדט אז ענגלאנד נידערט די יארגאנג ערלויבעניש פון קענען שטימען פון 18 צו 16 אין אלע בריטישע וואלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎13💊3👍2🤬1
רעזיגנאציעס הייבן אן אנקומען צו דער טישל פון מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו דורך פרומע חברי כנסת פון די ספרד'ישע ש"ס פארטיי, איבער די טעמע פון דארפן דינען אין מיליטער.

די פארטיי האט זיך אונטערגענומען נישט צו שטימען אין אפשטימונגען צו צעווארפן די רעגירונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍8🤔1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין א זעקס שטאקיגע שאפינג צענטער אין איראק'ס קאט געגנט, 61 זענען געשטארבן און צענדליגע זענען ארויס פארוואונדעט אין דער אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤯3
א פרישע אנקעטע צייגט אז 49% אמעריקאנער זענען גרייט אריין צו גיין אין א דריטע פאליטישע פארטיי, אויסער די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע פארטייען, אבער נישט אין די וואס אילאן מאסק האט געעפענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️