אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אמווייניגסטנס 9 מענטשן זענען געשטארבן און 30 שפיטאליזירט נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אין די געבריעל אנשטאלט פאר עלטערע לייט וואס דארפן הילף, אין פאל ריווער, מאסעטשוסעטס.

פינעף פייערלעשער זענען פארוואונדעט געווארן פון די פייער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢9
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
EMT Men’s Only Classes –*Monsey Starting Soon & Brooklyn Bein Hazemanim Classes* -- JOIN NOW!
Online Lectures AND In-Class Practical Skills Sessions
Register: https://emergencycareny.com/private-classes
WhatsApp: https://wa.link/pwa67g
718-333-2273
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
געוועזענער גאווערנאר ענדרו קאומא מעלדט אז ער וועט לויפן אלס אן אינדעפענדענט פאר מעיאר פון ניו-יארק סיטי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎22👍4👀1
מדינת ישראל גרייט זיך צו אקטיוויזירן איר גאר פארגעשריטענע עראו-4 מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם, איבערנעמענדיג די עלטערע עראו-2 מיט פארבעסערטע פונקטליכקייט און קלענערע אפעראציע קאסטן, דערווייל גייט אן די ארבעט צו פראדוצירן עראו-5 וועלכע וועט איבערנעמען עראו-3 אין די קומענדיגע יארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍112👎2
איראנער זיכערהייט באאמטע זענען געווארן געבעטן צו אויפגעבן דאס באנוץ פון וואטסעפ, צוליב זיכערהייט אורזאכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣2
עס ווערט קלאר אז איראנער פרעזידענט מאסוד פאזעשקען האט געליטן פון פיס וואונדן נאכפאלגנדיג א מדינת ישראל לופט אטאקע אין א לאקאציע וואו עס איז פארגעקומען א זיצונג פון דער איראנער נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, אין א געביידע אין טעהראן.

די אינצידענט האט פאסירט דורכאויס די 12 טעג מלחמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥51👏1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ווילדע ווידעא צייגט ווי די סאבוועי אין ניו-יארק-סיטי ווערט פארפלייצט אין רעזולטאט פון מאסיווע טאנדערשטורעמען אין די געגנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2🥰1
רויטערס דעקט אויף דעטאלן איבער די קראך פון עיר אינדיע פלייט 171, אין וועלכע 241 רייזענדע און נאך 19 מענטשן אויף דער ערד זענען אומגעקומען מיט בלויז איין איבערלעבער.

לויט די באריכט, זענען צוויי ברענשטאף קאנטראל קנעפלעך געווארן אנגעשטעלט צו די אויסגעשאלטערט פאזיציע עטליכע סעקונדעס נאכן זיך הייבן, אפשטעלנדיג צוטריט פון די ענדזשינס צו די ברענשטאף, פירנדיג דעם פליגער צו פארלירן איר געוויכט.

די סוויטשעס זענען געווידמעט פאר די פילאטן, זיי קענען דאס קאנטראלירן אין פאל עס פאסירט אן ענדזשין דורכפאל אינמיטן א רייזע, און האט נישט געזאלט ווערן אנגערירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
5
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מאסיווע פארפלייצונגען און מאסקווע, רוסלאנד אין רעזולטאט פון א ציקלאן, גאסן זענען פארשוועמט מיט וואסער, פירנדיג צו קריטישע פארקריפלונגען אין סאבוועי באנען, טראנספארטאציע און אין אנדערע לאקאציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ראמעניע איז דער ערשטער אייראפעישער לאנד צו איינהאנדלען מדינת ישראל'ס איירין דאום מיסיל שוץ סיסטעם.

דער פארטיידיגונגס מיניסטער פון ראמעניע זאגט אז די אפמאך וועט ווערן אפיציעל אונטערגעשריבן דעם פרילינג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
8
די פינענשל טיימס באריכט אז פרעזידענט טראמפ האט געפרעגט אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי אויב ער קען אטאקירן מאסקווע און סעינט פעטערבורג, די צוויי מערסט מאדערנע און סאפיסטיקירטע שטעט.

די באריכט זאגט אז זאלענסקי האט געענטפערט פאזיטיוו, ענטפערנדיג: "זיכער, מיר קענען אויב געבט מען אונז די וואפנס."

טראמפ האט אויסגעדרוקט שטיצע פאר די געדאנק, אנקוקנדיג די סטראטעגיע אלס עפעס וואס וועט מאכן די רוסן שפירן פיין און שלעפן פוטין צום פארהאנדלונגס טישל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער צענטראלער בית המדרש און הויפטקווארטיר פון דער אידישער קהילה אין מאסקווע, רוסלאנד, אין שפיץ פון דער רב הראשי הרב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א, אפעקטירט פון די מאסיווע רעגנס אין שטאט, מיט די מי גשמים פון די מקוה ווערנדיג איבערגעשטרענגט, פירנדיג צו פארפלייצונגען און שאדנס אין די שול געביידע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1👏1😱1
הויז רעפובליקאנער האבן בלאקירט פרואוון פון דעמאקראטן צו פארעפנטליכן די עפשטיין פיילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤮13👍12👎1🤔1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א גרופע פון דער דרוזישע באפעלקערונג אין מדינת ישראל האט זיך פרובירט ארויסשווערצן פון די גרעניץ אריין קיין סיריע, אין א פרואוו זיך צו אננעמען אויף די דרוזישע באפעלקערונג וועלכע שטייט אויס אבלאוועס און נידערלאגעס פון טעראריסטישע פראקציעס.

די מדינת ישראל מיליטער האט זיך אנגענומען פאר די דרוזן אין סיריע די לעצטע עטליכע טעג, צווישן אנדערע, אטאקירנדיג א טאנק און נאך מיליטערישע טראנספארט טרעקלעך, און אזוי אויך אטאקירט פון דער לופטן.

די דרוזן וואס האבן פרובירט גיין קיין סיריע זענען געווארן אפגעשטעלט און צוריקגעפירט קיין מדינת ישראל, דורך די מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
טייוואן נוצט די מעטרא זיך צו טרענירן פאר קריג.

טייוואנ'ס מיליטער האט פראקטיצירט ערד שלאכטן און טראנספארטירן וואפנס אין די סאבוועי.

די סאבוועי שטעלט פאר שוועריגקייטן זיך צו קענען דערין באוועגן, און איז א פאסיגע פלאץ זיך צו טרענירן אין פאל פון אן אינוואזיע דורך כינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Last chance!
Today, July 15 | 6:30-11PM for men only at American Dream Waterpark.

For Tickets call 845-422-5200

Website 👉 https://www.tickettailor.com/events/perlmanproductions1/1764036
*WhatsApp us at* 👉🏻
https://api.whatsapp.com/send?phone=18454225200&text=I'd%20like%20to%20purchase%20a%20ticket
צוויי זענען אומגעקומען איו ניו דזשערסי, אין רעזולטאט פון די שווערע שטורעמעס אינעם ראיאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤯5
רוסלאנד'ס דעפיוטי אויסערן מיניסטער זאגט אז טראמפ'ס סטראשונקעס און דאטומען זענען אומאקצעפטירבאר, און זיי לאנג וועט זיך נישט רעכענען מיט קיין דרוק וואס פראבירט איר צו צווינגען אויף געוויסע זאכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל טשענעל 12 באריכט אז וואשינגטאן האט געבעטן פון מדינת ישראל צו אפשטעלן אירע אטאקעס קעגן די סירישע מיליטער אין דרום סיריע.

מדינת ישראל האט פארשפראכן אז זי וועט אפשטעלן די אטאקעס היינט נאכמיטאג.

פילע ווידעאס צירקולירן ווי סירישע זעלנער באגייען זיך זייער געמיין צו די דרוזישע פראקציעס אין סיריע, צווישן אנדערע שניידן זיי אפ די שנויצן פון די דרוזן, אן אקט פון שרעקליכע נידערלאגע און פארשעמונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤯52😁1🤬1💔1
א פראנצויזישער סאלדאט האט זיך אומווילנדיג פארוואונדעט מיט א שווערד, דורכאויס א באסטיל טאג צערעמאניע.

בילד ווארענונג: בלוט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
💊2