אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
אמעריקא'ס גרעסטע עלעקטריציטעט פירמע, פי-דזשעי-עם ווערט שטארק קריטיקירט צוליב די שפעטיגונגען אין פראדוצירן מער עלעקטריציטעט, וואס אין רעזולטאט הויבן זיי שטארק די פרייזן.

דאס קומט ווען עי-איי וואקסט מיט א שנעלקייט און פארנעמט גאר אסאך עלעקטריציטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1
א 40 יעריגע פרוי איז געטראפן געווארן טויט אין איר צעל אין ברוקליין פאליציי סטאנציע זייענדיג אונטער ארעסט, לויט די פאליציי איז זי באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן זיך דערשטיקן מיט איר סוועטער.

די מאמע בעט פאר מער אינפארמאציע, זאגנדיג איר טאכטער איז געווען פרייליך ביז דאן, און האט נישט געהאט קיין סוועטער יענעם טאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱10🤔5🥴1
די סטעיט געזונטהייט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א באריכט אז אידענטיטעט צומישטע מענטשן האבן א העכערע ראטע פון גייסטישע פראבלעמען, אריינגערעכנט דעפרעסיע און זעלבסטמארד קלערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍42
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
"MORE THAN EVER"
*
BUYRITE SUPERMARKET
13 Greenfield Rd,
Woodridge, NY
*
MEAT - FISH - SUSHI - ACAI - BAKERY - DELI - GROCERIES
אילאן מאסק זאגט אז גראק עי-איי וועט קומען צו טעסלא, שפעטסטנס ביז קומענדיגער וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
די עס-ענד-פּי האט געבראכן א פרישער רעקארד הויעך, אזוי אויך האט ביטקוין געבראכן איר אלעמאליגער הויעך, דערגרייכנדיג צו העכער $113 טויזנט דאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2
דער איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראקטשי זאגט אז איראן וועט פארלאנגען אז די פאראייניגטע שטאטן זאל קאמפענסירן איראן פאר די שאדנס וואס זי האט איר געמאכט דורכ'ן אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁14
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דזשורנאליסט: פארוואס האלטסטו אז די כינעזער טוען קויפן אלע פארעם לאנד אין די פאראייניגטע שטאטן, ספעציעל נאנט צו מיליטערישע באזעס?

פרעזידענט טראמפ: איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥴4😱1
אן אפּארטמענט געביידע אין טעהראן האט אויפגעריסן היינט, קלאנגען צירקולירן אז א הויכראנגיקע גענעראל איז געווארן עלימינירט, איראן זאגט אז דאס איז געווען אן אויפרייס אין רעזולטאט פון א גאז ליעק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁10👀5
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז "זינט די מאנאט פון יאנואר האט שוין רוסלאנד פארלוירן 100,000 סאלדאטן, טויט, נישט פארוואונדעט."

אוקראינע האט אויך געליטן פארלוסטן, אבער נישט אזעלכע מאסיווע פארלוסטן ווי רוסלאנד, און פרעזידענט טראמפ גלייבט אז מלחמות זענען א שאד אויף געלט און לעבנס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
א דעלטא דזשעט מיט 300 רייזענדער און מאנשאפט איז אויסגעשטאנען פראבלעמען מיט איר ענדזשין העכער די אטלאנטישע אקעאן איידער לאנדן אויף אינזל אינמיטן די אקעאן וואו פאסאזשירן האבן פארברענגט די נאכט שטונדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱4
לויט א פרישע שאצונג וועט די בראנקס ווערן דאס מערסטע אפעקטירט פון סיי וועלכע אנדערע געגנט אין ניו יארק, אין רעזולטאט פון די מעדיקעיד שניטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥴1
א טונעל אונטער קאנסטרוקציע איז איינגעפאלן אינמיטן די ארבעט, שטעלנדיג אין געפאר די 31 ארבעטער וועלכע האבן זיך דארט געפונען. נאך עטליכע שטונדן האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלע ארבעטער זענען ארויס גאנץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די כוטי רעבעלן אין תימן האבן אטאקירט א שיף אינעם רויטן ים, פון וואס דריי זענען אומגעקומען, צען געראטעוועט און עטליכע זענען פארכאפט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1
פרעזידענט טראמפ אין א שריט וואס בייזערט אויף ריזיגע שיכטן פון זיין מאגא לאגער זאגט אז די עף-בי-איי זאל אנהויבן פאקוסירן אויף וואלן שווינדל, צוליב וואס קיינעם אינטערסירט נישט די דזשעפרי עפשטיין פיילס.

לויט טראמפ זענען די פיילס געשריבן געווארן דורך פרעזידענט אבאמא און פרעזידענט קלינטאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤮4🤣3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער פירט דורך אטאקעס קעגן די כאמאס טעראר גרופע אין בית חנון.

צענדליגע מדינת ישראל מיליטערישע פליגערס האבן אטאקירט 35 כאמאס צילן, צווישן אנדערע אונטערערדישע טעראר אינפעסטראקטור, טונעלן און הויפטקווארטירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1👎1👏1
עקסיאס: לויט באריכטן האט רוסישע פרעזידענט פוטין אויסגעדרוקט שטיצע פאר א נוקלעארע אפמאך וואס וואלט פארבאטן איראן פון בארייכערן אוראניום.

לויט די באריכט האט פוטין געלאזט שיקן זיין שטעלונג צו אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ און צו באאמטע און איראן.

אין דער עפנטליכקייט האט פוטין אויסגעדרוקט שטיצע אז איראן זאל מעגן בארייכערן אוראניום.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז פרעזידענט טראמפ דארף ווערן נאמינירט פאר די נאבעל שלום פרייז פאר זיין ארבעט ארום דער וועלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
7
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט פאר אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ אז מדינת ישראל וועט אטאקירן איראן אויב זי וועט פארזעצן מיט איר נוקלעארע פראגראם.

טראמפ שטעלט זיך נישט קעגן נתניהו'ס פארלאנג צו אטאקירן איראן אין פאל די די נוקלעארע אקטיוויטעטן קערן זיך צוריק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
9🥴3👎2