אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.7K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דער טויט צאל פון די טעקסאס פארפלייצונגען האט שוין דערגרייכט 119, מיט נאך 173 וועלכע ווערן נאך געזוכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱11😨1
רוסלאנד ארבעט צו רעקרוטירן אזויפיל ווי א מיליאן אינדיאנער ארבעטער, ביי די ענדע פון די יאר, מיט דעם האפט זי צו אנפילן געשאפענע לעכער אין מערערע אינדוסטריעס אין רעזולטאט פון די מלחמה קעגן אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎3
טערקישער פרעזידענט ערדוגאן וועט געבן א "היסטארישע רעדע" קומענדיגן שבת צופרי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤨10🤮6
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דורכאויס די נאכט האט רוסלאנד געשאסן 18 מיסילס און ארום 400 דראונס, האלב פון די דראונס זייענדיג פון די שאהיד סארט, אויף שטעט אין אוקראינע אריינגערעכנט קיעוו, טשערניהיוו, סומי, פאלטאווע, קיראוואראד און כארקאוו.

די סעריע אטאקעס האבן אנגעהאלטן העכער 10 שטונדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ קאמפלימענטירט דער פרעזידענט פון ליבעריע אויף זיין גוטע ענגליש, נישט וויסנדיג אז דאס איז דער אפיציעלער שפראך פון דאס לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁31🔥2🤡2
אמעריקא'ס גרעסטע עלעקטריציטעט פירמע, פי-דזשעי-עם ווערט שטארק קריטיקירט צוליב די שפעטיגונגען אין פראדוצירן מער עלעקטריציטעט, וואס אין רעזולטאט הויבן זיי שטארק די פרייזן.

דאס קומט ווען עי-איי וואקסט מיט א שנעלקייט און פארנעמט גאר אסאך עלעקטריציטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1
א 40 יעריגע פרוי איז געטראפן געווארן טויט אין איר צעל אין ברוקליין פאליציי סטאנציע זייענדיג אונטער ארעסט, לויט די פאליציי איז זי באגאנגען זעלבסטמארד דורכ'ן זיך דערשטיקן מיט איר סוועטער.

די מאמע בעט פאר מער אינפארמאציע, זאגנדיג איר טאכטער איז געווען פרייליך ביז דאן, און האט נישט געהאט קיין סוועטער יענעם טאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱10🤔5🥴1
די סטעיט געזונטהייט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א באריכט אז אידענטיטעט צומישטע מענטשן האבן א העכערע ראטע פון גייסטישע פראבלעמען, אריינגערעכנט דעפרעסיע און זעלבסטמארד קלערן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍42
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
"MORE THAN EVER"
*
BUYRITE SUPERMARKET
13 Greenfield Rd,
Woodridge, NY
*
MEAT - FISH - SUSHI - ACAI - BAKERY - DELI - GROCERIES
אילאן מאסק זאגט אז גראק עי-איי וועט קומען צו טעסלא, שפעטסטנס ביז קומענדיגער וואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
די עס-ענד-פּי האט געבראכן א פרישער רעקארד הויעך, אזוי אויך האט ביטקוין געבראכן איר אלעמאליגער הויעך, דערגרייכנדיג צו העכער $113 טויזנט דאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2
דער איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראקטשי זאגט אז איראן וועט פארלאנגען אז די פאראייניגטע שטאטן זאל קאמפענסירן איראן פאר די שאדנס וואס זי האט איר געמאכט דורכ'ן אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁14
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דזשורנאליסט: פארוואס האלטסטו אז די כינעזער טוען קויפן אלע פארעם לאנד אין די פאראייניגטע שטאטן, ספעציעל נאנט צו מיליטערישע באזעס?

פרעזידענט טראמפ: איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥴4😱1
אן אפּארטמענט געביידע אין טעהראן האט אויפגעריסן היינט, קלאנגען צירקולירן אז א הויכראנגיקע גענעראל איז געווארן עלימינירט, איראן זאגט אז דאס איז געווען אן אויפרייס אין רעזולטאט פון א גאז ליעק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁10👀5
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אמעריקאנער סעקרעטארי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט אז "זינט די מאנאט פון יאנואר האט שוין רוסלאנד פארלוירן 100,000 סאלדאטן, טויט, נישט פארוואונדעט."

אוקראינע האט אויך געליטן פארלוסטן, אבער נישט אזעלכע מאסיווע פארלוסטן ווי רוסלאנד, און פרעזידענט טראמפ גלייבט אז מלחמות זענען א שאד אויף געלט און לעבנס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
א דעלטא דזשעט מיט 300 רייזענדער און מאנשאפט איז אויסגעשטאנען פראבלעמען מיט איר ענדזשין העכער די אטלאנטישע אקעאן איידער לאנדן אויף אינזל אינמיטן די אקעאן וואו פאסאזשירן האבן פארברענגט די נאכט שטונדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱4
לויט א פרישע שאצונג וועט די בראנקס ווערן דאס מערסטע אפעקטירט פון סיי וועלכע אנדערע געגנט אין ניו יארק, אין רעזולטאט פון די מעדיקעיד שניטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥴1
א טונעל אונטער קאנסטרוקציע איז איינגעפאלן אינמיטן די ארבעט, שטעלנדיג אין געפאר די 31 ארבעטער וועלכע האבן זיך דארט געפונען. נאך עטליכע שטונדן האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלע ארבעטער זענען ארויס גאנץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די כוטי רעבעלן אין תימן האבן אטאקירט א שיף אינעם רויטן ים, פון וואס דריי זענען אומגעקומען, צען געראטעוועט און עטליכע זענען פארכאפט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1