אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
עפּל האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט אליבאבא צו צושטעלן פארגעשריטענע עי-איי פראגראמען פאר אייפאן באנוצער אין כינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפּ ביי זיין זיצונג מיט דער קעניג אבדולא פון ירדן. זאגט אז "כאמאס זענען בוליס און בוליס זענען די שוואכסטע מענטשן."

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפּ זאגט אז אריבערפירן צוויי מיליאן איינוואוינער פון עזה איז נישט אזוי שווער, זיי וועלן באקומען א שטיק לאנד אין ירדן, אין א שטיק לאנד אין עגיפטן.

אין ווידעא: אן איינוואוינער פון עזה בעט טראמפּ ער זאל טאקע אויספירן וואס ער זאגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ'ס שליח סטיוו וויטקאף האט היינט געלאנדעט אין רוסלאנד און סוקסעספול אויסגעהאמערט אן אפמאך אין וועלכע רוסלאנד האט באפרייט אן אמעריקאנער לערער מארק פאגעל.

פאגעל איז צוריקגעפארן מיט וויטקאף נאכ'ן אויסהאמערן דעם דיעל און ער איז יעצט אויף דער פריי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עגיפטישער פרעזידענט אל סיסי האט אפגעשטופט זיין רייזע צו די פאראייניגטע שטאטן זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט טראמפּ, "ביז צום קומענדיגער מעלדונג."

▫️אידישער ווינקל ▫️
שאפּיפיי האט אראפגענומען די יוזי.קאם וועבזייטל און ווירטואלע געשעפט, פון דער אנטיסעמיט קעניע וועסט, פאר'ן פארקויפן דערויף א טי-שוירט מיט א האקנקרייץ דערויף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער קעניג פון ירדן זאגט אז ער איז גרייט צו ארייננעמען 2,000 קראנקע קינדער פון עזה זיי צו געבן מעדיצינישע באהאנדלונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
4 Days Left!
*Win This Motzei Shabbos Apartment in ISRAEL! Only $100!!*
https://sanzraffle.org/31
צפון קארעא האט פארדאמט דאס אנקום פון אן אמעריקאנער נעווי על-עי קלאס סובמארין אין די דרום קארעא שטאט בוסאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטערישע אנוועזנהייט אין סיריע איז מער נישט קיין צייטווייליגע זאך און 9 מיליטערישע באזעס ווערן אויפגעבויעט אין די זיכערהייט זאנע.

מדינת ישראל זעלנער פלאנען צו בלייבן אין סיריע דורכאויס יאר 2025 מיט דריי בריגאדעס וואס וועלן דארט אפערירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אילאן מאסק זאגט אז זיין דאוג אגענטור האט געפונען שווינדלערייען אין וועלכע מענטשן אלט 150 יאר האבן נאך באקומען סאושל סעקיוריטי געלטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאמיליע פון שלמה מנצור איז געווארן אינפארמירט אז זייער מיטגליד, א מלחמה איבערלעבער, און איינער פון די גרינדערס פון קיבוץ כיסופים, וועלכע איז גענומען געווארן אלס משכון אקטאבער זיבן, איז ליידער דערמארדעט געווארן דורך די גרויזאמע כאמאס טעראריסטן.

ער איז געווען דער עלטסטער משכון אין עזה און א זיידע צו 12 אייניקלעך, השם ינקום דמו. 🕯

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער רייכסטער מענטש אין דער וועלט, אילאן מאסק, וועלכע ארבעט יעצט פאר די טראמפּ אדמיניסטראציע צו אויפשאקלען די פעדעראלע בודזשעט און טרעפן און אויפדעקן שווינדלעריי און מיסט שפענדערייען, היינט אין אוועל אפיס, געבנדיג אן אפדעיט פאר די מידיא...

▫️אידישער ווינקל ▫️
פארטיידיגונגס מיניסטער פּיעט העגסעט פירט דורך א רייזע צו באזוכן אמעריקאנער זעלנער אין באזעס אין אייראפע, העגסעט האט דורכגעפירט איבונגען און מאראטאנען מיט זעלנער און גלייכצייטיג גערעדט מיט פירערשאפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מארק פאגעל, אן אמעריקאנער בירגער װעלכע איז באפרייט געווארן פון געפענגעניש אין רוסלאנד, טרעפט זיך מיט פרעזידענט טראמפּ ביים אנקומען אין אמעריקא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון עגיפטן אבדול פאטאך אל סיסי וועט נישט קומען באזוכן פרעזידענט טראמפּ ווילאנג ער רעדט פון אויסרייניגן די עזה פאס פון די ארטיגע איינוואוינער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די רוסישע סטאק מארקעט איז ארויפגעפלויגן נאכפאלגנדיג רוסישער פרעזידענט פּוטינ'ס טעלעפאן קאול מיט אמעריקאנער פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר פּיעט העגסעט האט זיך געטראפן מיט אוקראינע'ס פארטיידיגונגס מיניסטער ראסטאם אומעראוו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Happy Tu Bishvat from figkosher.com