אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אויף טרוט אז מדנ''י וועט איבערגעבן עזה פאר אמעריקא און אז אמעריקאנער זעלנער וועלן נישט דארפן גיין זיך שלאגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון דרום אפריקע האט אנגערופן אילאן מאסק'ס טאטע, אריאל מאסק, און געבעטן ער זאל אראנזשירן א טעלעפאן געשפרעך צווישן אים מיט אילאן מאסק.

אילאן האט דאן גערעדט מיט'ן פרעזידענט.

די געשפרעך קומט ווארשיינליך וויבאלד אילאן מאסק האט באשולדיגט דעם פרעזידענט אין ראסיזם קעגן ווייסע, און מיט זיין יעצטיגן איינפלוס אויף רעגירונג'ס שפענדונג, פראבירט זיך דרום אפריקע איבער צו בעטן מיט אים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אייראפעאישע לענדער ברענגען אויף זארגן אז זיי האבן נישט גענוג דאטא צענטערן נאכצוקומען די שטארק וואקסענדע פארלאנג פאר עי-איי סערווער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרישע ווידעא איז ערשינען פון די מאמענט ווען מדינת ישראל האט אטאקירט און עלימינירט כיזבאלא פירער כאסאן נאסראלא אין זיין אונטערערדישער בונקער, מיט מאכטפולע בונקער אויפרייס מיסילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעמאקראטן אין קאנגרעס רופן פאר אן אויספארשונג אין אילאן מאסק'ס DOGE אגענטור, זיכער צו מאכן אז ער מיט זיין גרופע ברענגען נישט קיין נאציאנאלע זיכערהייט געפאר אויף אמעריקא...

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ענגלישע צענטראלע באנק האט געשניטן די אינטערעסט ראטעס מיט 0.25% צו 4.50%.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פרעזידענט פון פאנאמא בעהט אז אמעריקא זאל אויפהערן פארשפרייטן ליגנטס, אין רעאקציע צו א מעלדונג פון די סטעיט דעפארטמענט אז אמעריקאנער רעגירונג'ס שיפן וועלן קענען דורכפארן דעם פאנאמא קאנאל אומזיסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
וועלט'ס רייכסטער מאן, פירער פון עטליכע פון די גרעסטע אמעריקאנער פירמעס, און וואלונטיר פאר די פעדעראלע דאוג אגענטור, אילאן מאסק, באזוכט ביי פרעזידענט טראמפּ אין די אוועל אפיס...

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעקל פון די טיימס מאגאזין, מיט אילאן מאסק ביים אוועל אפיס טיש...


▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט פארארדנט אז געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען זאל אויפהערן באקומען קלאסיפיצירטע אינפארמאציע בריפינגס.

ביידען האט געטון גענוי מיט פרעזידענט טראמפּ ווען ער האט איבערגענומען אפיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
10 מענטשן זענען אומגעקומען אין א פליגער קראך אין אלאסקא, די פליגער אינצידענט איז ערשט באקאנט געווארן ווען עס איז פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דריי משכונות, אלי שרבי, 52, אוהד בן עמי, 56, און אור לעווי, 34 זענען באפרייט געווארן פון די גרויזאמע כאמאס טעראר גרופע.

די משכונות זענען אין א מאגערע צושטאנד און צום ערשטן מאל האבן די כאמאס טעראריסטן געצווינגען די משכונות צו געבן רעדעס.

מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן דאס פארדאמט און געזאגט אז עס וועלן זיין קאנסעקווענצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין א קאמישע שריט האט די רעגירונג אין ניו זילאנד אנערקענט דעם טאראנאקי בארג אלס א מענטש...

דאס איז געטוהן געווארן צופרידן צו שטעלן שבטים אין די געגנט וועלכע האלטן אז זיי שטאמען פון דעם בארג...

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אויסטראליער פאליטיקאנט האט זיך געטוישט דעם נאמען פון 'בען דאוקינס' צו 'אוסטין טראמפ' אין עהרע פון פרעזידענט טראמפ.

ווי ער זאגט טוהט ער דערמיט פראטעסטירן קעגן די לינקע פארטיי אין אויסטראליע...

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
איינער פון די רעדלעך פון די קאר וואס האט געפירט דער פרעזידענט פון סערביע, איז אראפגעפאלן אינמיטן פארן. דער פרעזידענט איז אומגעשעדיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עמאזאן זאגט אז זי פלאנירט צו שפענדן 104 ביליאן דאלער פאר עי-איי אינוועסטירונגען אין 2025.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א בלומבערג באריכט פארציילט אז פילע אמעריקאנער סאפטוועיר פירמעס וועלכע שפענדן אצינד גרויסע געלטער פאר עי-איי, האבן אנגעהויבן נעמען מער אויסלענדישע ארבעטער צו באלאנסירן אפעראציע קאסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גאווערנאר האוקל האט פארארדנט צו פארמאכן געשעפטן וועלכע פארקויפן לעבעדיגע פייגל אין פילע געגענטער אין ניו יארק, נאך וואס עס איז אנטדעקט געווארן עטליכע פרישע פייגל פלו פעלער און מען ווייסט נאכנישט וויפיל זענען אפעקטירט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אמעריקאנער ארבעטער פאראיין האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן טראמפ'ס באשלוס אפצושפארן די USAID אגענטור, זאגענדיג אז א פרעזידענט האט נישט די מאכט דאס צו טוהן און נאר קאנגרעס קען דורכפירן אזא זאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️