אידישער ווינקל
5.1K subscribers
19K photos
5.3K videos
346 files
2.27K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
משכונות אפמאך שטאפלען.

טאג 1. דריי משכונות גייען פריי.
טאג 7. פיר משכונות גייען פריי.
טאג 14. דריי משכונות גייען פריי.
טאג 21. דריי משכונות גייען פריי.
טאג 28. דריי משכונות גייען פריי.
טאג 35. דריי משכונות גייען פריי.

לעצטע וואך: 12 משכונות ווערן באפרייט.

אין טאטאל וועלן 33 משכונות ווערן ארויסגעלאזט דורך די כאמאס טעראריסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אנגעהויבן פון די וואך. דער עלטסטער אידישער צייטונג דער איד, גייט אנגעהויבן ווערן געדרוקט אין א מאגאזין פארמאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
מדינת ישראל פריים מיניסטער נתניהו: מיר וועלן דערגרייכן אלע צילן. מיר וועלן אראפווארפן די כאמאס רעזשים און אירע מעגליכקייטן.

פרעזידענט ביידען און פרעזידענט עלעקט טראמפּ האבן מיר פארזיכערט אז מיר וועלן קענען פארזעצן צו באקעמפן כאמאס נאך די פייער אפשטעל אדער אויב די וויכטיגקייט שטעלט זיך ארויס.

מיר וועלן נישט פארלאזן די פילאדעלפיע קארידאר און דערמיט פארזיכערן אז כאמאס קען נישט אריין באקומען קיין וואפנס אדער ארויסשמוגלען משכונות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
ביזנעס נייעס: יונייטעד העלטקעיר סטאק איז געפאלן מיט עטליכע פונקטן, נאך וואס די פירמע האט אנטוישט אינוועסטירער ערווארטונגען אויף זייער רעוועניו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
די מדינת ישראל מיליטער האט אויפגעשטעלט א באקוועמע און רואיגע פלאץ צו אויפנעמען משכונות, מיט אלע מענטשליכע געברויכן, זיך צו וואשן, זעטיגן און באקומען הילף.

עס וועלן אפווארטן דארט מיליטערישע באאמטע, טעראפיסטן און געלערנטע מענטשן צוגעפאסט צו די סיטואציע.

פון דארט וועלן זיי געפירט ווערן צו א שפיטאל פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען, און זיך טרעפן מיט די פאמיליעס.

די מיליטער ווארנט אז די משכונות וועלן זיך גאר מעגליך געפונען אין א שווערע צושטאנד, פיזיש און גייסטיש און מען זאל ערווארטן דאס ערגסטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
דאנעלד טראמפּ האט געזאגט פאר ען-בי-סי אז ער וועט ווארשיינליך אויסציען די פארבאט פון טיק-טאק פאר 90 טעג ווען ער קומט אריין אין אפיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
אייראפעישער באאמטע האבן געזאגט פאר אראבישע מידיא אגענטורן אז זיי גלייבן אז מדינת ישראל האט געמאכט די באשלוס צו אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען אין איראן נאך וואס פרעזידענט עלעקט טראמפּ ווערט איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
ארגענטינע פרעזידענט האוויער מילי איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן די-סי, זיך צו באטייליגן ביי די איינשווערונגס צערעמאניע פון פרעזידענט עלעקט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
עס ווערט באריכטעט אז צוקונפטיגער פּרעזידענט דאנעלד טראמפּ פלאנט צו באזוכן אין כינע אלס פרעזידענט.

דער פרעזידענט פון כינע, שי דזשינפּינג זאגט אז ער איז גרייט צו מאכן ווארעמערע באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן אונטער דער פירערשאפט פון פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט עלעקט טראמפּ, ערשטע פרוי מאלאניע טראמפּ און באראן טראמפּ זענען געזען געווארן ארויפגיין אויף אן אפיציעלער אמעריקאנער גאווערמענט פליגער מאכנדיג זייער וועג צו דער אמעריקאנער הויפטשטאט, וואשינגטאן די-סי, וואו זיי וועלן זיך אויפהאלטן די קומענדיגע פיר יאר.

די פליגער ווערט באצייכנט אלס עירפארס צוויי, אין די לעצט פארבליבענע שטונדן וואס די עירפארס וואן דינט די ביידען אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
די כינעזער באזירטע אפליקאציע טיקטאק איז אפיציעל געווארן אויסגעשאלטערט אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכפאלגנדיג די אורטייל פון די העכסטע געריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
דער קערפער פון גולני סאלדאט אורון שאול וועלכע איז געפאלן אין עזה דורכאויס די עזה מלחמה אין יאר 2014, איז ענדליך געווארן צוריקגעברענגט קיין מדינת ישראל נאך א געוואגטע אפעראציע דורך מדינת ישראל זיכערהייט אגענטורן.

שאול איז געווען 20 יאר אלט ווען כאמאס האט פארכאפט זיין קערפער פאר לאנגע יארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די רויטע קרייץ טראנספערירט די ערשטע דריי משכונות פון די הענט פון כאמאס צו די מדינת ישראל מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
אל אראביע באריכט אז די רויטע קרייץ זאגט אז די דריי משכונות זענען אין א גוטע צושטאנד ב"ה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
איידער פארלאזן די עזה געגנט וואו די משכונות וועלן דורכפארן, האבן מדינת ישראל זעלנער געפירקלט די אויפשריפט: " מיר האבן איבערגעדרייט וועלטן ענק צו טרעפן, ווי גוט אז ענק קומען אהיים..."

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ברוך מתיר אסורים.

דריי משכונות, וועלכע געפונען זיך שוין אין די הענט פון כאמאס, זינט אקטאבער זיבן, זענען נארוואס געווארן אומגעקערט קיין מדינת ישראל, צו די פרייד פון זייערע פאמיליעס און באקאנטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
מייקראסאפט האט ארויסגעשטעלט עטליכע פרישע עי-איי טולס פאר זייער מייקראסאפט 365, פארשטערקערנדיג איר עי-איי פאזיציע אין סערוויסעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
דאטא צייגט אז עפל איי-פאון סעילס זענען געפאלן מיט 25% אויפ'ן יאר.

עפל סטאקס זענען געפאלן מיט צוויי פראצענט נאכפאלגנדיג די נייעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
מארטגעדזש ראטעס זענען אריבער זיבן פראצענט, גרייכענדיג דעם העכסטן פונקט זינט מאי 2024.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19
פלאקאטן מעלדן איבער די לויה פון דער געפאלענער סאלדאט, אורון שאול ז"ל וועלכע איז געווארן ארויסגעראטעוועט פון עזה נאך לאנגע יארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
January 19