אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
שווייץ האט ארויפגעלייגט כיזבאלא אויף איר טעראר ליסטע און פארבאטן צו האנדלען מיט די טעראר באנדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥14👍7👏3
וואלמארט האט דערגרייכט אן אפמאך מיט די גרעסטע כינעזער עסן דעליווערי פירמע, א זאך וואס וועט שטארק העלפן וואלמארט זיך אויסברייטערן אין כינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראיין וועלכע פארטרעט איבער צען טויזענט סטארבאקס ארבעטער זאגט אז זיי האבן אויטאריזירט א מעגליכע סטרייק אויב וועלן זיך די צוויי זייטן נישט דורכקומען היינט ביי די לעצטע רונדע געשפרעכן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
1👍1
די איראנער רייעל וואלוטע איז געפאלן צו א פרישע נידריג, שטייענדיג ביי די ווערד פון 777 טויזנט רייעלס פאר איין אמעריקאנער דאלער.

זינט פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ האט געווינען די וואלן האט די וואלוטע געטראסקעט מיט ארום 10% ווען עס איז געשטאנען ביי 703 טויזנט רייעלס פאר א דאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5👏5😁3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרישע פייערונגען אויף די גאסן פון האמס אין סיריע, ווען די פאלק איז נאכנישט גרייט צו אויפהערן טריאומפירן מיט די אומפאל פון די אסאד רעזשים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די רוסישע מיליטער נעמט אונטער מיטלען צו טרענירן אירע זעלנער זיך צו פארטיידיגן קעגן די אוקראינישע עף פּי ווי זעלבסטמארד דראונס וועלכע זייען אן כאאס אין די רוסישע מיליטערישע רייען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁61
לויט באריכטן האט סיריע'ס געוועזענער פרעזידענט באשאר אל אסאד געגעבן פאר מדינת ישראל דאקומענטן מיט לאקאציעס פון די סירישע מיליטער'ס וואפן דעפאטס, מיסיל ארויסשיסער און מלחמה פליגערס, אלס א גאראנטי אז מדינת ישראל זאל נישט שיסן אויף אים ווען ער אנטלויפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9😁1
פלענער פון א רייע פאנאראמישע וואלקנקראצער וועלכע וועלן געבויעט ווערן נעבן די מאסקווע טייך, אין די רוסישע הויפטשטאט, זענען געווארן ארויסגעלייגט, דער אייגנטומער וואס בויעט עס איז א איד.

די העכסטע געביידע וועט זיין ארום 250 מעטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍51👏1
אמעריקאנער אויטאריטעטן באטראכטן א מעגליכקייט צו פארבאטן די ראוטערס פראדוקטן פון די כינעזער פירמע טי-פּי לינק, צוליב נאציאנאלע זיכערהייט געפארן פארבינדן צו כינעזער סייבער-סעקיורעטי אינצידענטן.

טי-פּי לינק קאנטראלירט ארום 65% פון די אמעריקאנער ראוטערס מארקעט פאר הייזער און קליינע ביזנעסער, און אירע פראדוקטן ווערן אויך גענוצט דורך די אמעריקאנער דעפארטמענטס פון פארטיידיגונג און אנדערע פעדעראלע אגענטורן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱3👍1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
רוסישע אויטאריטעטן מעלדן אז זיי האבן ארעסטירט א פארדעכטיגטער פארשוין אין די מארד פון דער גענעראל איגאר קירילאוו.

אן אוזבעקיסטאנער אפשטאמיגער האט זיך אנגעבליך מודה געווען אין די אקט, זאגנדיג אז ער איז געווארן באצאלט און דירעקטירט דורך אוקראינער שפיאנאזש אגענטורן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏1
צפון קארעא האט שוין פארלוירן עטליכע הונדערט זעלנער אין די שלאכטן פאר רוסלאנד לויט א הויכראנגיקער אמעריקאנער מיליטערישער באאמטער.

לויט די ניו-יארק-טיימס האט פוטין באצאלט פאר קים דזשאנג אן ארום 6 ביליאן דאלער פאר וואפנס און צפון קארעא זעלנער.

די האנקוק אינסטיטוציע אין סעאל שאצט אז די וואפנס וואס פּיאנגיענג האט געשיקט פאר רוסלאנד זענען ווערד צווישן $1.72 און $5.5 ביליאן דאלער, און איז געווארן טיילווייז באצאלט דורך קעש און טיילווייז דורך אויל און עסנווארג.

פארן צושטעלן צווישן 5,000 - 20,000 זעלנער איז צפון קארעא באצאלט געווארן צווישן $143 מיליאן און $572 מיליאן דאלער.

עס ווערט געשאצט אז ארום 11,000 צפון קארעא זעלנער געפונען זיך אין די קורסק ראיאן אין רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5🤔21
די דאו דזשוינס האט געטראסקעט מיט 1,123 פּונקטן אין די ערשטער 10 טעג פון נאכאנאנדע פארלוסטן, זינט יאר 1974.

▫️אידישער ווינקל ▫️
היינט איז פארגעקומען די יערליכע או-דזשעי-בי-עי עקספא וואו טויזענטער אידישע ביזנעסלייט אין קאנסטראקציע און מענעדזשמענט האבן זיך פארזאמלט צו דורכפירן האנדל און אנקניפן באציאונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
3
פּוטין: "מיר וועלן זיכער ארויספירן אוקראינע פון קורסק ראיאן אבער איך קען נישט געבן א ספעציפישער דאטום, נישט אזוי ארבעט עס.

אלעס וועט ווערן צוריקגעשטעלט אן קיין צווייפל."

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍5😁2
לויט פרישע באריכט זענען אמעריקאנער אימפארטן שטארק געשטיגן לעצטנס, אין רעאקציע צו טראמפ'ס ערווארטעטע טאריפס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מיט ביטקוינ'ס לעצטיגע שטארקע וואוקס, זענען עטליכע לוקסעריעזע ברענדס ארויס געקומען מיט די אפציע צו באצאלן מיט קריפטא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט לעצטיגע אנקעטעס וועט קאנסערוואטיווע פירער פּיער פּאליעוו ווערן דער נייער קאנאדישער פריים מיניסטער פון קאנאדע.

שטייענדיג יעצט וועט דער גאר אומפאפולערער פארטיי פון דזשוסטין טרודאו באקומען בלויז 10 זיצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏8🔥1😐1
דער אי-מארקעטער פארשונג גרופע שאצט אז קומענדיגע יאר וועט אינסטעגראם ברענגען העלפט פון מעטא'ס טאטאל אדווערטייזמענט געלטער, נעמענדיג אין באטראכט אז טיק-טאק איז ערווארטעט צו ווערן בלאקירט, און פילע אדווערטייזער וועלן אריבער גיין צו אינסטעגראם.

▫️אידישער ווינקל ▫️