אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.85K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
בארימטער און טאלאנטפולער אנאליסט און שריפטשטעלער, מענדל אונגער אין אן אינפארמאטיווער שמועס מיט די שטאב פון הענדיעקוויפ פירמע, וועלכע שטאפירט אויס ווערהאוזעס, לעבעדיג ביי די סקווירא ביזנעס עקספא

סובסקרייבט צו אידישער ווינקל - יוטוב

https://youtu.be/Bd2Ij_ALcvc?si=_viYgPtEbTJy7QU9
👍1
די ווייסע הויז פארעפנטליכט איר ערשטע סטעיטמענט איבער די רעבעלן אויפשטאנד אין סיריע: "די ווייסע הויז האט גארנישט מיט די אויפשטאנד וואס ווערט געפירט דורך די האיאט טאכריר אל שעם גרופע, [HTS] וועלכע איז דעזיגנירט אלס טעראריסט ארגענעזאציע.

אמעריקא וועט פארטיידיגן און באשיצן די אמעריקאנער פערזענליכקייטן און אמעריקאנער פאזיציעס, וועלכע זענען וויכטיג אז אייסיס זאל זיך נישט צוריק אוועקשטעלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2👎1😁1
די איסלאמישע רעפובליק אין איראן באשולדיגט אז אמעריקא און מדינת ישראל שטייען הינטער די דזשיהאדיסטישע אטאקע אין סיריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁42🤔1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
היינט קומט פאר די הויכפונקט פון גרויסארטיגע כינוס שלוחי חב"ד וועלכע קומט פאר יערליך די צייט, די שלוחים פון ארום די וועלט פארברענגען א וואך צייט אין ניו-יארק, מיטלעבנדיג א רייע פראגראמען, מיט די הויכפונקט פון די גרויסע בילד פארנט פון די חב"ד הויפטקווארטיר אין קראון הייטס און א ריזיגע כינוס וואו טויזענטער שלוחים זיצן אונטער איין דאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥰1
אמעריקאנער טרעיד באאמטע האבן פרייטאג געמאלדן א פרישע רונדע טאריפס אויף סאולער פאנעלן פון פיר אזיאנער לענדער, זאגנדיג אז זייערע אימפּארטן קלאפן צו שטארק אראפ פרייזן און שעדיגן אמעריקאנער ביזנעסער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
פרעזידענט טראמפּ האט נאמינירט טשארלס קושנער, דער טאטע פון טראמפּ'ס איידעם דזשעראד קושנער, אלס אמבעסאדאר צו פראנקרייך.

קושנער איז געווארן אנגעקלאגט מיט מערערע פעלאניס אין יאר 2005, און געזעסן אין טורמע, ביז טראמפּ האט אים פּארדאנירט איידער ער האט פארלאזט אפיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥3
דאטא צייגט אז פארגאנגענעם פרייטאג זענען סעילס אין געשעפטן און אנליין געווען מיט 3.4 פראצענט שטארקער ווי פאר-א-יאר, אנדערש ווי עקספערטן האבן ערווארטעט אז עס וועט זיין שוואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥1
אילאן מאסק און וויוואק ראמאסוואמי וועלן באזוכן קעפיטאל היל די וואך צו פארשטעלן זייערע "רעפארמירונגען" און פארשלאגן פון די נייע דעפארטמענט פאר גאווערמענט פראקטישקייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍13👎1
ציל שיסער ווערן געזען אויף די דאך פון די געביידע וואו עס קומט פאר די כינוס שלוחי חב"ד אין די מעדאולענדס צענטער אין ניו-דזשערזי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
8
די פרעזידענט פון מעקסיקא זאגט אז זי האט גערעדט מיט פרעזידענט טראמפ טעלעפאניש און ביידע זענען איינגעגאנגען אז באציאונגען צווישן די לענדער דארפן בלייבן גוט, און זאגט אז זי איז קאנפידענט אז זיי וועלן שליכטן די טאריף געפעכט אויף א רואיגן אופן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁3
גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס זאגן אז אויסטראליע'ס פארבאט פאר יונגע קינדער צו נוצן סאציאלע מידיא איז געווען א געיאגטע באשלוס און איז נישט גוט אויסגעשטעלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏4👎2👍1
לויט א בלומבערג באריכט איז ערווארטעט אז ניסענ'ס CFO וועט פארלירן זיין אמט אינעם נאנטן צוקונפט, עס איז נישט קלאר אויב ער וועט רעזיגנירן אדער ווערן ארויס געווארפן.

דאס קומט אין א צייט ווען די פירמע מיטשעט זיך צו נידערן מיט פאלנדע סעילס, און איז ערווארטעט צו שניידן טויזענטער ארבעטער און באדייטענד נידערן פראדוקציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁4👍1
פרעזידענט עלעקט טראמפּ שרייבט אין א דראמאטישער טוויט אז עס וועט קומען גיהנם אין די מיטל מזרח אויב מדינת ישראל משכונות ווערן נישט באפרייט איידער ער נעמט איבער דעם ווייסן הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
28🔥9👍7😱3
סירישע רעבעלן האבן פארכאפט פילע טאנקען און וואפנס, אריינגערעכנט א פרישע T-90 טאנק פון די אסאד רעזשים.

די רעבעלן נוצן אין זייער יעצטיגע אפענסיווע, טאנקען וואס זיי האבן פארכאפט אין זייער 2016 אפענסיווע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
געוועזענער פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט איז געגאנגען אויף א באזוך אין 770, די הויפטקווארטיר פון די חסידות חב"ד וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍12👎7🤯1😱1🥱1
דייטשער קאנצלער אלעף שולץ איז אנגעקומען קיין אוקראינע פאר זיין ערשטער באזוך אין צוויי אהאלב יאר.

ער האט פארשפראכן אז ער וועט שיקן פרישע פינאנציעלע הילף פאר אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍10👎1
סירישע און רוסישע קרעפטן האבן אונטערגענומען געמיינזאמע אטאקעס אויף ציוויל באוואוינטע געגנטער אין אידליב, סיריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱10👍1👎1
נאמיביע האט געהייסן סטארלינק אפשטעלן איר סערוויס אינעם דרום אפריקאנער לאנד, זאגענדיג אז די לייסענס דערפאר איז איר נאכנישט געגעבן געווארן און זי אפערירט אהן ערלויבעניש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סינגאפּור'ס צענטראלע באנק האט באשטראפט טשעיס מיט 1.8 מיליאן דאלער פאר'ן נישט זיין אויפריכטיג מיט קליענטן און נעמען פון זיי העכערע טראנזאקציע טשארדזשעס ווי אפגעשמועסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
די אמעריקאנער ענערגיע דעפארטמענט האט געמאלדן אז זי פלאנט צו געבן א 7.5 ביליאן דאלערדיגע הלוואה פאר סטעלאנטיס מיט סעמסאנג אויפצושטעלן צוויי אויטאמאביל בעטערי פאבריקן אין אינדיאנא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥5