אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.25K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
קאנטינענטאל זאגט אז זיי ערווארטן א דריי פראצענטיגע פאל אינעם גלאבאלע אויטאמאביל מארקעט אינעם דריטן פערטל, און א פיר פראצענטיגע וואוקס אין כינע'ס אויטאמאביל פירמעס. די פירמע זאגט אז זי גלויבט אז אירע פראפיטן וועלן ווייטער וואקסן טראץ א אפשוואכונג אין סעילס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סעילס פון די כינעזער שעין פירמע האבן געגרייכט 2 ביליאן דאללאר אין אין ענגלאנד, דאס איז א 38 פראצענטיגע וואוקס זינט א פריערדיגע שאצונג ארום איינס א האלב יאר צוריק. ענגלאנד איז פון שעין'ס גרעסטע קליענטן, זייענדיג א קולטור וועלכע גלייכט טייערע סארט און שיינע קליידונג, און זוכן אצינד פאר ביליג צוליב די אקאנאמישע שטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטרציע (FAA) האט ארויסגעשטעלט א פרישע ווארענונג פאר באואינג'ס 737 פליגער, זאגענדיג אז די פליגער קענען מעגליך האבן פראבלעמען זיך צו דרייען און סטאביליזירן אין צייט פון שטארקע ווינטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די איי-די-עף האט אפציעל געענדיגט די מיסיע אין די שטאט דזשאבאליע אין עזה, עלימינירנדיג צענדליגע כאמאס טעראריסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע באריכט צייגט אז שעווראן (CVX) רוקט זיך שנעל צו איר ציל פון פארקויפן צען ביז פופצן ביליאן דאללאר ווערד פארמעגנס ביז 2028, ווען שעווראן איז אצינד אין געשפרעכן מיט טאקיא גאז איר צו פארקויפן א ביליאן דאללאר ווערד אויל פעלדער און אינפראסטראקטור.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
עליטע קרעפטן פון די מסתערבים איינהייט וועלכע פארשטעלן זיך ווי אראבער און פירן דורך מיסיעס אין אראבישע געגנטער האבן היינט עלימינירט פינעף געזוכטע טעראריסטן אריינגערעכנט א לאקאלע פירער פון א טעראר גרופע אין חברון, אינמיטן העלן טאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער פאליציי טשיף פון די מאנטרעאל פאליציי עס-פּי-ווי-עם, פעדי דאדזשער און דער מעיאר פון אוטרעמאנט געגנט האבן באזוכט אין די היימישע מאנטרעאל אין די טעג ארום אקטאבער זיבן, צו אויסדרוקן סאלידאריטעט און צוזאגן אז זיי וועלן שטיין אויף דער פראנט צו פארזיכערן די אידישע געגנטער. זיי זענען געווארן אויפגענומען דורך פירנדע עסקנים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
*FEW HOURS LEFT*
*TICKET SALES CLOSE TONIGHT!*

*LAST CHANCE TO WIN YOUR LUXURY LIFE*
*Save someone else’s*
*Win a brand-new Cadillac Escalade*
*+2 dream prizes!*

*Don’t wait until it’s too late!*
*CLICK HERE TO ENTER*
https://hatzalahraffle.com/?af=us242
פרעזידענט טראמפּ האט רעזערווירט די איקאנישע מעדיסאן סקווער גארדן אין ניו-יארק סיטי, פאר א ריזיגע ראלי אום אקטאבער 27, ניין טעג איידער די וואלן פארמעסט, אין די געביידע קענען אריינגיין 19,500 מענטשן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
האריקעין מילטאן האלט יעצט אינמיטן אנפאלן פלארידא, די אויג איז ערווארטעט צו אנטרעפן פלארידא ביז צוויי אזייגער אויפדערנאכט, פילע אידישע וואלונטירן האבן געמאכט דעם וועג אהין צו העלפן ארטיגע איינוואוינער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איבער צוויי מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייער עלעקטריציטעט נאכפאלגנדיג האריקעין מילטאן אין פלארידא, וועלכע איז שוין אפגעשוואכט און האלט ביי שטאפל צוויי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אינפלאציע אין די פאראייניגטע שטאטן איז געפאלן צו 2.4% אין די מאנאט פון סעפּטעמבער, די נידריגסטע זינט פעברואר 2021.

די מאנאט-צו-מאנאט פרייזן זענען געשטיגן מיט 0.2% דער זעלבע ווי אױגוסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אלעף שולץ, דער קאנצלער פון דייטשלאנד אין א שארפע און קלארע סטעיטמענט איבער די וואפנס ליפערונגען פאר מדינת ישראל אין די בונדעסטאג זאגט: מיר האבן צוגעשטעלט מדינת ישראל מיט וואפנס, און וועלן צושטעלן מדינת ישראל מיט וואפנס, עס וועלן בקרוב זיין נאך ליפערונגען און דאס איז דער פאזיציע פון די גאווערמענט אין דייטשלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סאוד אראביע'ס קרוין פּרינץ מוכאמעד בין סאלמאן האט זיך געטראפן מיט איראנ'ס אויסערן מיניסטער אבאס אראגאטשי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די מדינת ישראל מיליטער האט געפונען און קאנפיסקירט אן אומגלויבליכע ציפער פון וואפנס, אין לבנון, פיל מער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט אז די כיזבאלא טעראר גרופע פארמאגט, אין גרויסן טייל צוגעשטעלט דורך איראן און רוסלאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל זיכערהייט קאבינעט טרעפט זיך היינט פאר א זיצונג, אין צוגאב זענען אפאזיציע פאליטיקאנטן אויך געווארן געלאדנט.

נתניהו וועט ארויפשטעלן אויפ'ן טיש אן אפשטימונג, אז די קאבינעט זאל שענקען אן אויסשליסליכער מאנדאט פאר אים און גאלאנט, אז זיי זאלן קענען מאכן באשלוסן איבער די רעאקציע אין איראן.

באריכטן אז גאר באדייטנדע באשלוסן ווערן היינט געמאכט אין די זיכערהייט קאבינעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די סטעידזש פון לעבן!

אביסל אונטערהאלטונג דורך ארי סאמעט, און פיל מער!

https://thestageoflife.com
אויטאריטעטן אין איטאליע האבן ארויסגעווארפן פון לאנד, א פּרא כאמאס אימאם, זולפיקער קהאן, פאר אורזאכן פארבינדן מיט נאציאנאלע זיכערהייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט אראפגעלאזט ליפלעטן אין עזה וועלכע אדרעסירן סינוואר: עס איז נישט דא קיין טונעל גענוג טיף, סינוואר, פרעג נאסראלא."

די דאקומענט האט א בילד פון א זאמד-גלאז מיט פילע עלימינירטע פערזענליכקייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער מוסד פירער דוד ברנע האט געזאגט פאר ביל בוירנס, דער פירער פון די סי-איי-עי אז סיי וועלכע פייער אפשטעל אין לבנון מוז אריינרעכענען אן אפמאך איבער דאס באפרייען משכונות.

▫️אידישער ווינקל ▫️