אידישער ווינקל
5.12K subscribers
18.8K photos
5.23K videos
346 files
2.24K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
הרב דוד האפשטעטער, דער נשיא פון דרשו איז מנחם אבל אין די סקולענער הויף, אויף דער פטירה פון כבוד קדושת אדמו"ר מסקולען, הרה"צ רבי ישע יעקב פארטוגאל זצוק"ל, וועמענ'ס פטירה האט איבערגעלאזט כלל ישראל ערשיטערט און פאר'יתומ'ט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעטאלן ווערן אויפגעדעקט אז דער פארשוין וואס האט פרובירט דורכפירן די אטענטאט אויף פרעזידענט טראמפ איז געווען נעבן די גאלף קורס פאר 12 שטונדן, זונטאג.

ער האט נישט געקענט דעם פרעזידענט און ער האט נישט געשאסן מיט זיין רייפל, איידער ער איז אנטדעקט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צוויי געוועזענער פייער טשיפס פון די ניו-ארק פייער דעפארטמענט זענען געווארן ארעסטירט אויף קארופציע און שוחד קלאגעס אלס טייל פון א יאר לאנגע פעדעראלע אויספארשונג, זיי האבן אומלעגאל גענומען געלט צו פארשנעלערן געביידע אונטערזיכונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
'עקסאן מאביל' מיט 'שעווראן', אינאיינעם מיט נאך עטליכע גרויסע אויל פירמעס האבן געווינען אן אפעלאט אין געריכט איבער פרייז מאניפולאציע באשולדיגונגען.

די באשולדיגונג איז געווען אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע צו גראבן ווייניגער אויל, כדי ארויף צו רוקן די פרייזן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע אנטוויקלונגען ווערן באריכטעט פון לבנון ווען מדינת ישראל האט באוויזן אין א שטוינענדע אפעראציע צו אויפרייסן הונדערטער ראדיא אפאראטן פון מיטגלידער פון די כיזבאלא טעראר גרופע.

לויט געמישטע באריכטן רעדט מען פון הונדערטער געשעדיגטע און מעגליך טויטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט באריכטן האט די שב"כ אויפגעדעקט און סוקסעספול אפגעשטעלט א פלאן פון די כיזבאלא טעראר גרופע צו אונטערלייגן א באמבע אין א פארזוך צו אומברענגען דער געוועזענער מדינת ישראל מיליטערישער טשיף אוו סטעף סטעף אביב כוכבי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע באריכטן פון לבנון: ארום 1,200 זענען שוין באריכטעט געווארן פארוואונדעט איבער גאנץ לבנון און שפיטעלער קענען נישט באהאנדלען די איבערפלוס פון פאציענטן, שפיטעלער רופן פאר בלוט ביישטייערונגען און כיזבאלא טעראר גרופע איז אין כאאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: לויט באריכטן איז דער אמבעסאדאר פון איראן אין לבנון, דאקטער מאדזשטאבא אמאני, געשעדיגט געווארן פון אן אויפרייס אין די מאסיווע קאמיוניקאציע אפאראטן אויפרייסן אפעראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איבער צוויי טויזנט זענען שוין פארוואונדעט אין לבנון, טייל לייכט און טייל קריטיש, לויט באריכטן זענען פארהאן הויכראנגיגע מיטגלידער אין די גרופע צווישן די געשעדיגטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
לבנון געזונטהייט מיניסטעריום: איבער 2,800 טויזנט זענען שוין פארוואונדעט אין לבנון, טייל לייכט און טייל קריטיש.

באריכטן איבער נאנט צו 40 טויטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער מאמענט ווען דער איראנער אמבאסאדאר צו לבנון, קומט אן אין שפיטאל נאכ'ן ווערן פארוואונדעט פון זיין קאמיוניקאציע אפּאראט וואס האט אויפגעריסן, ער ווערט באמערקט מיט א ווייסע בלוטיגע העמד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרישע דעטאלן איבער די אויפרייס אפעראציע דורך כיזבאלא ביפערס.

באריכטן זאגן יעצט אז די אפּאראטן זענען געקומען פון איראן און די מוסד האט איינגעפלאנצט אויפרייס מאטריאל אויף איראנער טעריטאריע, איידער זיי זענען געווארן אפגעשיקט קיין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👈👈דעת הקהל
שטימט🗳️🗳️
און געווינט🏆🏆
https://bit.ly/3MNTLx7
אל-האדאט באריכט: איבער 500 כיזבאלא טעראריסטן האבן פארלוירן זייערע אויגן אין רעזולטאט פון זייערע ביפּערס אויפרייסן.

בילד: 10 טעראריסטן וועלכע זענען באשטעטיגט צו זיין טויט נאך די היינטיגע אקציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טארגעט האט געמאלדן אז זיי וועלן אויפנעמען א פרישע הונדערט טויזענט ארבעטער פאר'ן חאגע סעזאן, טראץ וואס אינפלאציע איז ערווארטעט צו אפעקטירן שאפינג דאס יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין א צייט ווען דער CEO פון נאווא נארדיסק איז ערווארטעט אויפצוטרעטן אין סענאט איבער די טייערע פרייזן פאר זייער וואג-פארלוסט מעדיצינען, האט סענעטאר בערני סענדערס היינט געזאגט אז ער האט באשטעטיגט מיט קאנקורירענדע פירמעס אז זיי קענען נאכמאכן די מעדיצין פאר ווייניגער ווי הונדערט דאלער א חודש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א באריכט אין רויטערס, אין די מאנאט פון יולי, איבער וויאזוי כיזבאלא נוצט פּעידזשער"ס צו אויסמיידן מדינת ישראל'ס טעכנאלאגיע מעגליכקייטן...

▫️אידישער ווינקל ▫️
אומבאשטעטיגטע באריכטן אז ניים קאסאם, כיזבאלא'ס נומער צוויי איז געווארן געשעדיגט, אין די אפעראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישע קוועלער באריכטן אז איראנ'ס אמבעסאדאר קיין לבנון איז געווארן בלינד אין רעזולטאט פון די ביפּער אפאראט אטאקע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרישע כוואליעס פון אויפרייסן קומען פאר אין לבנון ווען וואלקי טאלקיס און אנדערע קאמיוניקאציע אפאראטן האבן אנגעהויבן אויפרייסן.

זעקס זענען באריכטעט טויט און הונדערטער זענען פארוואונדעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️