אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פרישע גרויזאמע דעטאלן קומען ארויס פון די לעצטיגע זעקס משכונות וואס זענען דערשאסן געווארן דורך כאמאס טעראריסטן, צווישן אנדערע אז זיי האבן נישט געהאט קיין שויערס אין די טונעל, אז מען האט נישט געקענט שטיין ווייל די דאך איז געווען זייער נידריג און אז די משכונות האבן געשטעלט א ווידערשטאנד איידער זיי זענען טראגיש דערשאסן געווארן. הי"ד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😨12😭7
שוועדנ'ס גרעסטער לופטפעלד ארלאנדא, האט סוספענדירט אפעראציעס צוליב וואס אומבאקאנטע דראונס האבן געשוועבט אין די לופטן.

די לופטפעלד איז געווען פארשפארט פאר א שעה אנדערטהאלבן, די פאליציי און מיליטער פארשן דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
די ביידען אדמיניסטרציע האט געלאזט 'ניפפאן סטיעל' וויסן אז זי באטראכט די פירמע'ס פלענער אפצוקויפן 'יו-עס סטיעל' אלץ א געפאר פאר נאציאנאלע זיכערהייט, וויבאלד דאס קען שטארק שעדיגן די אמעריקאנער שטאל אינדוסטריע.

די מעלדונג פארשטארקערט די ערווארטונגען אז די רעגירונג וועט בלאקירן דאס געשעפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
די BMW קאר פראדוצירער האט געמאלדן אז זי האפט צו האבן די ערשטע היידראגען געטריבענע אויטאמאביל ביז 2028, נוצנדיג פיול צעל טעכנאלאגיע וועלכע ווערט באארבעט אינאיינעם מיט טאיאטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2🔥1
עיר קאנאדע גרייט זיך אפצושטעלן כמעט אלע אירע אפעראציעס פאר א קורצע צייט, זאגנדיג אז די פארלאנגען פון אירע יוניען פילאטן זענען אוממעגליך נאכצוקומען.

די לופטליניע זאגט אז עס איז נאך דא צייט און האפענונג, אבער זיי גרייטן זיך פאר א מעגליכע סטרייק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
כינעזער עלעקטראנישע אויטאמאביל פראדוצירער BYD, פון טעסלא'ס גרעסטע גלאבאלע קאנקורענטן האט געהעכערט אירע פאראויס שאצונגען אויפן יאר מיט 11% צו פיר מיליאן קארס, לויט א מארגען סטענלי באריכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
גוגל האט פארלוירן א לאנג פארצויגענע געפעכט מיט אנטי-טראסט רעגולאטארן אין אייראפע, ווען די געריכט האט געאורטיילט אז גוגל וועט דארפן צאלן ארום 2.5 ביליאן דאלער געלט שטראפן פארן אומלעגאל שעדיגן קאנקורענץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנגרעס האט נעכטן דורכגעפירט אן אפשטימונג געצילט צו בלאקירן ביזנעס מיט די כינעזער 'ווא-קסי עפפ-טעק', BGI און נאך עטליכע כינעזער טעכנאלאגיע פירמעס, צוליב נאצינאלע זיכערהייט זארגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאווא נארדיסק, די פירמע וואס שטייט אונטער וועגאווי און אזעמפיק האט געמאלדן אז זייער וואג-פארלוסט מעדיצין איז פארזיכערט און אפעקטיוו פאר קינדער אונטער צוועלף יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
אובער האט געמאלדן אז זי וועט פארשטארקערן אירע אינוועסטירונגען אין זעלבסט געפירטע אויטאמאבילן און אדווערטייזמענט, צו העכערן זייערע פראפיטן.

אין צוגאב האט די פירמע געמאלדן אז זי וועט צוריק א געוויסע צאל פון אירע אייגענע שעירס אויפן מארקעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טעראר אטאקירט אמעריקא.

דעקל פון דער איד, אין יאר 2001, דעקנדיג די שרעקליכע טעראר אטאקע וואס איז געווארן דורכגעפירט דורך די אל-קאידא טעראר גרופע.

עס ווערט היינט אפגעצייכנט 23 יאר פון די טראגישע פאסירונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😭17👍2
פרעזידענט ביידען, געוועזענער פרעזידענט טראמפּ, וויצע פרעזידענט קאמעלע העריס, וויצע פרעזידענט קאנדידאט דזשעי-די ווענס און געוועזענער ניו-יארק-סיטי מעיאר מייקל בלומבערג, נעמען אנטייל ביי די צערעמאניע פאר די 23 יארטאג פון די 9-11 אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥7🤣2
די מדינת ישראל מיליטער פארשט אן אינצידענט ווי א בלעק האוק העליקאפטער האט געקראכט דורכאויס אן עוואקואציע מיסיע אין רפיח, איבערלאזנדיג צוויי זעלנער טויט, און זיבן אנדערע געשעדיגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱15
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
צענדליגע פרא פאלעסטינער פראטעסטירער זענען געווארן ארעסטירט אין שווערע געשלעגן מיט פאליציי אין מעלבורן אויסטראליע, העכער 20 פאליציי אפיצירן האבן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג און ארום 40 פראטעסטירער זענען געווארן ארעסטירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏6👍4😱2👎1
אין א פראסק פאר איראן וועלן פראנקרייך, דייטשלאנד און ענגלאנד פארבאטן די איראן-עיר לופטליניע צו פליען צו זייערע לענדער, אלס שטראף פאר'ן העלפן רוסלאנד אין איר אינוואזיע אין אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍193😁3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפּ שרייבט אונטער זיין אונטערשריפט אויף די העמד פון א קינד, דורכאויס זיין באזוך אין ניו-יארק...

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥰27🔥73👍2👎1
טויזענטער מייקראסאפט 365 באנוצער האבן געהאט פראבלעמען מיט די סאפטוועיר היינט, קוים צוויי מאנאטן נאך א ברייטערע קורצשלוס אין מייקראסאפט דעווייסעס צוליב א סייבער סעקיוריטי אפדעיט פון קראוד סטרייק.

מייקראסאפט האט געשריבן אויף 'עקס' אז זי פארשט די אורזאך און ארבעט צו פאררעכטן דעם פראבלעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
לויט א רויטערס באריכט פלאנירט די וועלט'ס גרעסטע סמארטפאון, טעלעוויזיע און מעמארי טשיפ מאכער סעמסאנג אפצוזאגן ארום דרייסיג פראצענט פון אירע אויסלענדישע ארבעטער, און וועט אנשטאט אויסברייטערן איר פירערשאפט שטאב.

▫️אידישער ווינקל ▫️
'קראגער' האט געהעכערט אירע פאראויס שאצונגען אויפן יאר, נאך וואס די פירמע איז איבערגעקומען וואל סטריט ערווארטונגען אויפ'ן פערטל.

די פירמע שטעלט צו גראסערי פראדוקטן פאר ביליגע פרייזן, ברענגענדיג אירע סעילס צו וואקסן אין צייט פון א שווערע עקאנאמיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א פרישע באריכט צייגט אז סעילס אין די חאגע סעזאן היי יאר איז ערווארטעט צו זיין די שוואכסטע זינט 2018, אין רעזולטאט פון וואקסנדע אינפלאציע און אפגעטריקנטע סעיווינגס.

▫️אידישער ווינקל ▫️