אידישער ווינקל
5.09K subscribers
20.6K photos
5.86K videos
346 files
2.5K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
לויט באריכטן איז די הויז וואו האניא איז געווארן עלימינירט, בלויז 150 מעטער ווייט פון די הויז פון דער נייער פרעזידענט אין איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥19🍾8👍2
דער איראנער גייסטליכער פירער כומעיני פריער אין טאג, מעלדט אז ער האט אויפגענומען איסמאעל האניא.

עס איז געווען דאס לעצטע מאל זיי האבן זיך געטראפן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁21👏42
גראפיק דעזיינערס ביי די ארבעט אין איראן: א ריזן שילד מיט א בילד פון איסמאעל האניא איז געווארן אויפגעהאנגען אין טעהראן, מיט א ווארענונג: "גרייט אייך פאר א שארפע שטראף."

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁10👍3
כומעיני לאזט זיך הערן, און באצייכנט די עלימינאציע אלס א ביטערע און טראגישע פאסירונג, זאגנדיג אז איז איראנ'ס פליכט צו נעמען נקמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁41👏1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דערווייל אין ארץ ישראל ווערן זיסווארג פארטיילט דורך איינוואוינער וועלכע טוען זיך מיט פרייען און פייערן דעם אומקום פון איסמאעל האניא ימ"ש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
25👎12👏3👍2
אין איראן צייכנט מען אפ דריי טעג פון טרויער אויף די אומקום פון כאמאס' פאליטישע פירער איסמאעל האניא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🍾12👍1
דעטאלן איבער די שטוינענדע אפעראציע: לויט באריכטן איז איסמאעל האניא געווארן עלימינירט דורך א מדינת ישראל פאבריצירטער ספּייק, אנטי טאנק קאנטראלירטע מיסיל וואס איז געווארן געשאסן פון א דערנעבנדיגע געביידע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥16👍2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
1000s' come to *R' Shayala for Yeshuous!*

Support his house and visitors and see Yeshuous.

👇👇Donate now👇👇
https://www.dryveup.com/kerestir?utm_source=yv
די ניו-יאָרק טיימס באריכט אז דער איראנער גייסטליכער פירער כומעיני האט פארארדנט א דירעקטער אטאקע אויף מדינת ישראל, אין רעאקציע צו האניא'ס עלימינאציע.

בילד: די געביידע אין איראן ווי איסמאעל האניא איז איינגעשטאנען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱10🔥3🤣1
ברעיקינג: אוקראינע האט באקומען א קליינע צאל F-16 קאמפס פליגערס, לויט א באריכט אין בלומבערג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍12🔥6👎2
דער פאן פון נקמה איז געווארן אויפגעהאנגען העכער די דזשאמאקראן מעטשעט נעבן די שטאט קיאם אין איראן.

דער פאן איז געווארן אויפגעהאנגען דאס לעצטע מאל ווען קאסאם סולימאני איז געווארן עלימינירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣8👍6😁61🤯1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל באשטעטיגט: מוכאמעד דאף איז עלימינירט געווארן.

די געביידע אין כאן יוניס, וואו דאף האט זיך געפונען איז געווארן אטאקירט אום יולי 13 און מדינת ישראל האט פארזיכטיג געווארט איידער'ן דערקלערן זיין טויט.

דאף איז געשטארבן נאך די 7-טע מאל וואס מדינת ישראל פרובירט אים צו ליקווידירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏14🎉5👍21
מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט, באצייכנט מוכאמעד דאף אלס דער אסאמא בין לאדין פון עזה אין א טוויט, און שטעלט ארויס א בילד ווי ער פערזענליך פירקלט אן דעם בילד פון דעף מיט אן עקס, צו פייערן זיג און דערקלערן דעפ'ס טויט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍12
בואינג האט היינט באריכטעט א 1.4 ביליאן דאלער פארלוסט אויפ'ן פערטל, אין א צייט וואס זי ווערט געפלאגט מיט פולע סקאנדאלן איבער פארנאכלעסיגן זיכערהייט מאסנאמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱2
עקספערטן ערווארטן אז אין זייער באריכט מארגן, וועט עפל מעלדן אז אירע סעילס אין כינע האבן זיך צוריק געכאפט דורך גרויסע דיסקאונטס אויף זייערע איי-פאונס, און נייע דעזיינס פון איי-פעדס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱2
די פעדעראלע באנק אין ענגלאנד האט ענדליך געשניטן די אינטערעסט ראטעס צום ערשטן מאל זינט 2020, הייבנדיג די האפענונג ביי אינוועסטירער אז די אמעריקאנער פעדעראלע רעזערוו וועט דאס נאכטוהן אין סעפטעמבער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱2
לויט באריכטן האט מדינת ישראל פריים מיניסטער געגעבן דעם גרינעם ליכט פאר די מוסד, צו עלימינירן איסמאעל האניא, צוליב וואס ער איז באטראכט געווארן אלס א שווערע פארהאנדלער און מדינת ישראל האט געהאלטן אז אים באזייטיגן וועט באזייטיגן א שוועריגקייט וואס האלט אפ דעם דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
15👍2
פרישע דעטאלן וויקלען אויף אז א באמבע, וועלכע באשטייט פון סאפיסטיקירטע עי-איי טעכנאלאגיע איז געווארן אויפגעריסן פונדערווייטנס דורך מוסד אגענטן וועלכע האבן זיך געדרייט אין איראן, נאכ'ן באקומען קלארע אינפארמאציע אז האניא איז אין זיין שטוב.

געוויסע זאגן אז די באמבע איז געווארן איינגעפלאנצט אין יענע שטוב העכער צוויי מאנאטן צוריק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍13🔥1
פרעזידענט ביידען האט היינט געמאלדן אז א דיעל איז דערגרייכט געווארן איבער די באפרייאונג פון 16 מענטשן וועלכע זענען געווען אונטער ארעסט אין רוסלאנד, אריינגערעכנט 3 אמעריקאנער, 1 אמעריקאנער גרין קארד באזיצער, 5 דייטשע און 7 רוסישע פאליטישע ארעסטאנטן.

עס רעכנט אריין דער וואל סטריט זשורנאל דזשורנאליסט איוואן גערשקאוויטש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍11😁3
די קינדער פון איסמאעל האניא ווערן געזען טרויערן אויף זייער טאטע, ביי די באגרעבעניש צערעמאניע אין קאטאר, פאר זייער טאטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍14🎉9🤣5😁1