אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
איינער פון די פיליפינער ארבעטער וואס זענען באפרייט געווארן פון כאמאס געפענגעניש, דזשימי פאקטשוי האט געבוירן א מיידל בעבי, ער האט א נאמען געגעבן פאר דאס קינד "ישראלה."

▫️אידישער ווינקל ▫️
18
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ענגלאנד'ס פריים מיניסטער קייט סטארמער זאגט אז זיין לאנד וועט אנערקענען אין א זעלבסטשטענדיגער פאלעסטינער לאנד אין סעפטעמבער אויסער אויב מדינת ישראל וועט איינשטימען צו א פייער אפשטעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤮18🤡4👍3🤬1😈1
פרעזידענט טראמפ רעאגירט צו די נייעס איבער ענגלאנד'ס אנערקענען פאלעסטינע, זאגנדיג אז די שריט וועט סערווירן כאמאס און אז די פאראייניגטע שטאטן וועט דאס נישט שטיצן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍18
כינע און די פאראייניגטע שטאטן האבן אפיציעל איינגעשטימט צו אויסציען די 90 טעג טעריף פארפרירונג מיט'ן ציל צו ארבעטן און פארהאנדלען אויף אן אפמאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל ארבעט אויף א פלאן צו אנעקסירן טיילן פון עזה. דער פריים מיניסטער האט פארגעשטעלט צו אנעקסירן טיילן פון עזה אויב כאמאס שטעלט זיך קעגן דעם פייער אפשטעל.

אנדערש ווי מיליטערישע ריקצוגן וועלכע קענען ווערן דורכגעפירט סיי וועלכע צייט, איז אנעקסירן א פערמאנענטע אונטערנעמונג, אונטער מדינת ישראל געזעץ איז זייער שווער צו צוריקציען דערפון און פאדערט א סופערמאיארעטעט פון כאטשיג 80 כנסת מיטגלידער אדער א נאציאנאלע רעפערענדום, דאס באדייט אז עס איז גאר שווער אז זאכן זאלן זיך טוישן איינמאל עס ווערט אנעקסירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
15👍5👎3🔥3🤬3👏2
כיזבאלא האט זיך אפיציעל אנטזאגט צו איבערגעבן איר גאנצע וואפן ארסענאל אבער שטילערהייט טראכט זי דאס צו רעדוצירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו דעקט אויף אז די פאראייניגטע שטאטן האט אפיציעל ערלויבט מדינת ישראל צו אנעקסירן טיילן פון עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
14🤬6🔥3👎1
מדינת ישראל פירט דורך גאר וויכטיגע און הויכע-שטאפל דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט רוסלאנד איבער א דיפלאמאטישע לעזונג פאר איראן און סיריע.

קוואל: כאן 11.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א פאניק האט אויסגעבראכן אין די מעיני הישועה שפיטאל אין בני ברק נאך וואס די הויכהילכערס זענען געווארן אקטיוויזירט צו אויסרופן אז יעדער זאל אריינגיין אין שוץ ערטער, די פארוואלטונג האט שנעל פאראכטן דעם פראבלעם און פארשט אויס דער אינצידענט, אלע פאציענטן זענען אין א גוטן צושטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ רעאגירט צו די נעכטיגע שיסעריי אין מאנהעטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
4
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
כאמאס טעראריסטן רויבן פרישע הילף טראקס וואס ווערן אריינגעפירט קיין עזה, צו שפייזן די 'אויסגעהונגערטע' באפעלקערונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤡5🤮2
Click this link to see what else *Toveedo* has to offer
https://bit.ly/YiddisheVinkel
אין א צייכן אויף די פירמע'ס פלאגעניש אינעם ראיאן, וועט עפל פארמאכן איינע פון אירע געשעפטן אין כינע צום ערשטן מאל אין היסטאריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥6
פעליקס בוימגארטנער, דער ערשטער מענטש צו פאלן פונעם הימל מיט א שנעלקייט שנעלער פונעם קול, איז אומגעקומען אין אן עקסידענט אין איטאליע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1
פאליציי אין אינדיע האבן ארעסטירט א מאן פאר'ן אפן האלטן א פאלשע אמבאסאדע, און נעמען געלט פון מענטשן אין אויסטויש פאר ארבעט אין זיין לאנד, וואס זיי האבן קיינמאל נישט באקומען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער גרעסטער שטיין פון מארס וועלכע איז געפאלן צו די וועלט איז פארקויפט געווארן ביי ליציטאציע פאר 5.3 מיליאן דאלער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עטליכע געגנטער אין פלארידא האבן געזען שרעקליך הויכע טעמפעראטורן די פארגאנגענע פאר טעג, גייענדיג ביז 110 - 115 פאר עטליכע שטונדן.

די הויכע היצן האבן געברענגט געוויסע באן שינעס צו ווערן ברייטער און לענגער, פאראורזאכנדיג שפעטיגונגען אין אסאך רייזעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פארשער אין קאלאמביע אוניווערזיטעט האבן אהער געשטעלט א ראבאט וועלכע האט די מעגליכקייט זיך צו ''זעלבסט פאררעכטן'' דורך אנדערע ראבאטס.

די ראבאט אידענטיפיצירט אויב טיילן ווערן צובראכן, ער וועט דאן אפיר זוכן אנדערע צובראכענע ראבאטס און נעמען פון זיי וואס ער דארף זיך צו קענען ''אויסהיילן''..

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פאראייניגטע שטאטן האט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף בראזיל'ס העכסטע געריכט ריכטער אלעקסאנדריע דע מאריס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מאסיווער 8.8 ערדציטערניש איז פארגעקומען אין רוסלאנד'ס קאמטשאטקע אינזל, שעדיגנדיג געביידעס, און רעזולטירנדיג אין פארוואונדעטע, עווענטועל האט זיך געשאפן דערפון א פיר מעטער צונאמי.

יאפאן און האוואאי האבן פארארדנט עוואקואציעס מיט צונאמי ווארענונגען זיך פארשפרייטנדיג דורכאויס דער פאציפישער אקעאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2🥴1