אידישער ווינקל
5.1K subscribers
20.6K photos
5.84K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
דער איראנער אויסערן מיניסטעריום אבאס אראקטשי האט זיך געטראפן מיט דער נטורי קרתא פירער ישראל דוד ווייס, דורכאויס זיין באזוך אין בראזיל זיך צו באטייליגן ביי א קאנפרענץ פון בריקס לענדער, דער נטורי קרתא פירער האט געשאנקען פאר'ן איראנער מיניסטער א קראנץ פון בלומען.

אין רעזולטאט האט דער מדינת ישראל אינערן מיניסטעריום משה ארבל אפגעשטעלט די וויזעס און פערמאנענט פארבאטן איינטריט קיין ארץ ישראל דער נטורי קרתא פירער, וועלכע וועט מער נישט קענען רייזן קיין ארץ ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤮38👍11🤣4💊32👎2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט טראמפ לאזט זיך הערן אויף אילאן מאסק'ס אנשויאונגען צו עפענען א נייע אמעריקאנער פאליטישע פארטיי: איך האלט אז עס ראדיקאל פאר אילאן מאסק צו אנהויבן א דריטע פארטיי, ער קען האבן פאן דערמיט אבער איך האלט אז עס איז ראדיקאל...

▫️אידישער ווינקל ▫️
👌61🤷‍♂1
מדינת ישראל האט אטאקירט לאקאציעס אין תימן דורכאויס די נאכט, אריינגערעכנט די געלעקסי לידער שיף, וואס איז געווארן פארכאפט דורך די כוטיס צוויי יאר צוריק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין א טראגישע ענדע צו די זוכערייען אין טעקסאס, זענען אלע פארשוואונדענע קינדער וואס זענען פארלוירן געגאנגען דורכאויס די וואסער פארשוועמונג, אפגעפונען געווארן טויט. די טויטצאל פון די קאטאסטראפע איז געשטיגן צו 82.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😱13😢3
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו ווערט געזען פראקטיצירן און זיך אנגרייטן פאר זיין באזוך צו פרעזידענט טראמפ, זיך געפונענדיג אין וואשינגטאן די-סי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
7👎2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Happening next week tuesday!

Tuesday, July 15 | 6:30-11PM for men only at American Dream Waterpark.

Tickets: tel:845-422-5200

Website 👉 https://www.tickettailor.com/events/perlmanproductions1/1764036

WhatsApp us at
https://api.whatsapp.com/send?phone=18454225200&text=I'd%20like%20to%20purchase%20a%20ticket
1
די פאראייניגטע שטאטן שטעלט ארויף 25% טאריפס אויף יאפאן און דרום קארעא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍7👎6🤬2
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט נאמינירט פרעזידענט טראמפ פאר די נאבעל שלום פרייז, ער האט דאס געלאזט וויסן דורכאויס זיין באזוך אין ווייסן הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍22👎12😁32
אפען עי-איי נעמט ערנסטע שריט צו העכערן איר סייבער סעקיוריטי, אין רעזולטאט פון וואקסענדע געפאר פאר כינעזער העקערייען צו גנב'נען זייער טעכנאלאגיע און באנוצער אינפארמאציע.

די פירמע נעמט אויף מיליטערישע טעכניקער, זיכער צו מאכן אז די דאטא ווערט געהיטן דאס מערסטע וואס שייך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איינער איז אומגעקומען און א צווייטער פארוואונדעט געווארן, ווען א פעקל פייער קרעקער האט אויפגעריסן אויף זייער שיפל אין אפסטעיט ניו יארק, בשעת זיי האבן געווארפן פייער קרעקער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט זיך געטראפן א קורצע צייט צוריק מיט וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס אין די בלעיר הויז אין וואשינגטאן די-סי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
7
פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז אמעריקא וועט שיקן מער וואפנס פאר אוקראינע, שטייענדיג טעג נאך וואס א וואפן שיפמענט איז אפגעשטעלט געווארן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍19👎2
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל פריים מיניסטער איז אנגעקומען אין קעפיטאל היל זיך צו טרעפן מיט הויז ספיקער מייק דזשאנסאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
12👎1
אין א זייער אומגעווענליכער פאסירונג וועט מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו באזוכן ביי פרעזידענט טראמפ נאכאמאל, נאכ'ן שוין באזוכן ביים פרעזידענט נעכטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥135👎5👍1
בארנארד קאלעדזש האט געשליכטעט א קלאגע איבער די פרא פאלעסטינער פראטעסטן, און האט זיך אנטשולדיגט פאר די באטראפענע זאגנדיג אז אנטיסעמיטיזם אדער סיי וועלכע דיסקרימינאציע פארנעמט נישט קיין פלאץ דארט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
6💯1
לינקע נייעס אגענטורן פארפירן אז טראמפ האלט נישט ווארט, נאך וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט מיט די עף-בי-איי האבן געמאלדן אז עס עקזיסטירט נישט קיין עפשטיין ליסטע.

טראמפ האט שטארק קאמפיינט אז ער וועט פאבליצירן די ליסטע, און עטליכע הויכראנגיקע פיגורן האבן שפעטער געלאזט קאמענטארן אז מען ארבעט שוין דערויף, אצינד זאגן זיי אז עס עקזיסטירט נישט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁12🤯3🫡2🤮1
אין דער צייט וואס זוכערייען נאך פארלוירענע מענטשן אין טעקסאס גייען ווייטער אן, איז שוין דער ציפער פון אומגעקומענע אריבער געגאנגען העכער 100, מיט מערערע וואס פעלן נאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢9
א קוואל האט געזאגט פאר די מידיא אין סיריע אז דער סירישער פרעזידענט אכמאד אל שארא האט זיך געטראפן מיט מדינת ישראל'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער.

די קוואל זאגט אז די זיצונג איז נישט געווען דער ערשטער און ברענגט ארויס איבער די דראמאטישע אנטוויקלונגען אין געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און דמשק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏10👎1