אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
סאודי אראביע ערשיינט מיט א סטעימענטס וואו זיי ווארפן אפ טראמפּ'ס פלאן איבער עזה און שטעלן זיך קאטעגאריש דערקעגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון די גאר אויפגעכאפטע ביזנעס פראגראם שארק-טענק וואו א גרופע רייכע אינוועסטירער נעמען אויף ביזנעסער וועלכע זוכן אינוועסטירער, איז ארויף געקומען צו די שאו, א חרדי'שער איד מיט זיין ביזנעס, די עפיזאד וועט ערשיינען אין דער נאנטער צוקונפט, נישט דא קיין דעטאלן אויב די ביזנעס האט באקומען אן אינוועסטירונג פון איינער פון די שארק אינוועסטירער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט...

▫️אידישער ווינקל ▫️
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון טעקסאס, אל גרין האט געפיילט ארטיקלען פון אימפיטשמענט, קעגן פרעזידענט טראמפּ איבער דער פרעזידענט'ס נעכטיגע געדאנקען איבער איבערנעמען עזה און דאס אויפבויען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פראנקרייך און אסאך אנדערע לענדער איבער דער וועלט טוען זיך קעגנשטעלן און פארדאמען פרעזידענט טראמפּ'ס געדאנקען צו איבערנעמען די עזה פאס און דאס פארוואנדלען אין א שיינע אמעריקאנער שטיק לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נאכפאלגנדיג די פאראייניגטע שטאטן, מעלדט ארגענטינע אז זי וועט זיך אויך ארויסציען פון די וועלט'ס געזונטהייט ארגענעזאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א ווידעא שווימט ארויף פון פרעזידענט טראמפּ'ס אידישער איידעם דזשעראד קושנער וועלכע לאזט פאלן ווערטער איבער עזה, איז עס זיין געדאנק?

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט פלאנט צו ארויסציען אלע אמעריקאנער זעלנער פון סיריע, מיט א ציל פון 30, 60, אדער 90 טעג נאכפאלגנדיג די אינטערעסע פון פרעזידענט טראמפּ און זיינע ראטגעבער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט זיך יעצט פארמאל געטראפן מיט וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס.

ווענס האט נישט געהאט קיין באזוך געפלאנט מיט נתניהו אבער האט געבעטן מען זאל עס אריינלייגן אין די סקעדזשועל פון נתניהו.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רוסישער פרעזידענט פוטין זאגט אז דייטשע בירגער זאלן אויפהערן שפירן שולדיג איבער וואס זיי האבן געטון דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג, זאגנדיג אז די יעצטיגע און צוקונפטיגע גענעראציעס האבן זיך נישט פארוואס צו אנטשולדיגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ען-בי-סי נייעס אגענטור פארציילט פון א ווייסע הויז באאמטער אז אילאן מאסק איז אנטוישט מיט דעם וואס ער דארף באריכטן זיינע שריט פאר די ווייסע הויז טשיף אף סטעף, סוזי וויליס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די טאליבאנער רעגירונג אין אפגאניסטאן טוען פארדאמען פרעזידענט טראמפּ'ס געדאנק צו איבערנעמען די עזה-פאס און דאס צו אויפבויען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט געגעבן פאר מדינת ישראל פריים מיניסטער א בילד פון זייער באגעגעניש, מיט די ווערטער ארויפגעפירקלט "צו ביבי, א געוואלדיגער פירער."

ביבי נתניהו האט געגעבן פאר פרעזידענט טראמפּ א גאלדענע ביפּער, אין אנדענק פון די בריליאנטענע מיסיע פון די כיזבאלא ביפּערס, טראמפּ האט רעאגירט דערצו, זאגנדיג אז עס איז געווען א געלונגענע אונטערנעמונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: סענעטאר מיטש מעקאנעל איז געפאלן די שטיגן אין די סענאט געביידע, דער 82 יעריגער סענעטאר און געוועזענער פירער ליידט פון מערערע געזונטהייט פראבלעמען, אריינגערעכנט ווערן פארפרוירן אינמיטן רעדן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אפען עי-איי'ס סי-אי-או סעם אלטמאן וועט אפשטאטן א באזוך אין אינדיע פאר געשפרעכן מיט רעגירונג'ס באאמטע איבער מעגליכע צוזאמארבעט צווישן די צוויי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
חסידים אין די ווייסע הויז.

משפחה'ס דזשעיק טורקס און עמי'ס שלומי זייאנץ, פארברענגען אין די ווייסע הויז פּרעסע צימער, מיט די היימישע מידיא און ציבור צייגנדיג פיל מער אינטערעסע אין פאליטישע טעמעס און ארום וואשינגטאן די-סי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א פליגער פון יאפאן לופטליניע האט אריינגעקראכט אין א פליגער פון דעלטא לופטליניע אין די לופטפעלד אין סיעטל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Text is only, Advance Discounted Registration is $20pp online jewishexpos.com
בילד פון די ביפּער וואס מדינת ישראל פריים מיניסטער נתניהו האט געגעבן אלס געשאנק פאר פרעזידענט טראמפּ....

▫️אידישער ווינקל ▫️
צענדליגער טויזענטער פעדעראלע ארבעטער האבן שוין גענומען דעם פארשלאג פאר באצאלטע רעזיגנאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️