אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
מוזיקאַלישער שטערן און זינגער, ליפא שמעלצער מעלדט אז ער וועט ארויסקומען מיט א פרישע מוזיק אלבום קומענדיגער ט"ו בשבט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פאליציי אין שוועדן האבן ארעסטירט פינף מענטשן וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין שיסן דעם מאן וועלכע האט פארברענט א קוראן אין 2023.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו יארק סיטי קאונסיל מעמבערס בעטן ענטפערס נאכ'ן אויפדעקן אז א הויכער באאמטער פאר מעיאר עדעמס, האט א פינאנציעלע באקאנטשאפט מיט די פירמע וועלכע איז אויסגעוועלט געווארן צו פירן די סיטי'ס פאבליק געזונטהייט לאבאראטעריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די פעדעראלע רעגירונג סטראשעט אז זיי וועלן מעגליך אנקלאגן באאמטע אין די טאמפקינס קאונטי שעריף אפיס, נאך וואס זיי האבן ארויסגעלאזט אן אימיגראנט מיט א פעדעראלע ארעסט אורטייל אויף זיך, איידער פעדעראלע אגענטן האבן אים געקענט איבער נעמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
זייט פון די טויזענטער אינגעלייט וועלכע באקומען עקספערט פינאנציעלע וואוסנשאפט און מאכן קלוגערע אינוועסטירונגען! 📈💰

באקומט ווערדפולע סטראטעגיעס און אנאליזן - סיינט אייך היינט אויף!

וועכענטליכע דעטאלירטע אימעילס: http://eepurl.com/iOiGvk

טעגליכע נייעס אויף וואטס-עפפ: https://chat.whatsapp.com/H5s08Hs7PywCuzPmFpTes5

באזוכט אונזער וועבזייטל: www.marketzifern.com
א פאלעסטינער איז געווארן אויפגעכאפט טראגן א מאנטל פון איחוד הצלה, מעגליך גערויבט פון ארץ ישראל אום אקטאבער זיבן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באנוצער פרובירן אויס די נייע כינעזער דיעפּ-סיעק עי-איי מאדעל און טרעפן ענדלאזע צענזור און כינעזער פראפעגאנדע דערין...

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: קאנאדע'ס פריים מיניסטער דזשוסטין טרודאו מעלדט אז קאנאדע וועט איינשטעלן 25% פון טאריפס אויף $155 ביליאן דאלער פון אמעריקאנער פראדוקטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אייראפעאישע פאראיין זאגט אז זיי באדויערן די הויכע טאריפס וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף קאנאדע, מעקסיקא און כינע, און אויב וועט טראמפ לייגן טאריפס אויף לענדער אין די פאראיין, דאן וועט די רעאקציע זיין א שטייפע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער סירישער פרעזידענט האט זיך געטראפן מיט'ן סאודיער קרוין פרינץ בין סאלמאן, מעגליך צו שיקן אן אומדירעקטע מעסעדזש פאר איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ רייצט זיך ווייטער מיט קאנאדע, שרייבענדיג אויף טרוט אז קאנאדע זאל ענדערש ווערן א טייל פון אמעריקא און באקומען בעסערע מיליטערישע שיץ, ווייניגער שטייער און זערא טאריפס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
כינע זאגט אז די פענטענאל פראבלעם מיט וואס אמעריקא פלאגט זיך האט גארנישט מיט זיי, און זיי וועלן נעמען קאנטער שריט פאר די טאריפס. כינע זאגט אז זיי בלייבן אפן פאר געשפרעכן נישט צו מאכן דעם מצב מער אנגעשטרענגט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די עס-ענד-פי איז געפאלן מיט איבער 120 פונקטן נידריגער מיט די מארקעטס רעאגירנדיג צו די טאריף מלחמה צווישן די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע און מעקסיקא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
געשעפטן אין קאנאדע נעמען אראפ אמעריקאנער פראדוקטן פון די פוליצעס און מוטיגן מען זאל קויפן קאנאדישע פראדוקטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
געשעפטן אין קאנאדע לייגן ארויס אינפארמאציע אויף פראדוקטן וועלכע ווערן פאבריצירט אין קאנאדע, צו מוטיגן קליענטן צו קויפן קאנאדישע פראדוקטן אין ליכט פון די טראמפ אדמיניסטראציע'ס טאריפס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: מעקסיקא'ס פרעזידענט קלאודי שיינבוים מעלדט אז נאכן רעדן מיט פרעזידענט טראמפּ היינט צופרי, וועלן די טאריפס אויף מעקסיקא ווערן אפגעשטופט מיט א מאנאט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ מעלדט אז די פרעזידענט פון מעקסיקא איז איינגעגאנגען צו שיקן 10,000 זעלנער צו די גרעניץ מיט די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
צפון קארעא האט רעאגירט צו מארקא רוביא'ס קאמענטארן אויף זייער לאנד, אנרופנדיג צפון קארעא א לאנד וועלכע פארלעצט אונטערנאציאנאלע געזעצן און איז א געפאר פאר די וועלט.

צפון קארעא האט אין רעאקציע געזאגט אז אזעלכע קאמענטארן וועלן ערגער מאכן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער און וועלן שטערן צוקונפטיגע פארהאנדלונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די איראנער מיליטער זאגט אז זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולע פראבע אויף א נייע סארט מיסיל וועלכע קען גרייכן אמעריקאנער שיפן אינעם פערסישן ים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קעניג אבדולא פון ירדן וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ קומענדיגע וואך, נאכ'ן ווערן געלאדענט צום ווייסן הויז.

דאס קומט נאך וואס טראמפ האט פארגעשלאגן אז טערקיי און ירדן זאלן אריין נעמען די איינוואוינער פון עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️