אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט היינט אונטער צו שרייבן אזוי סאך ווי צען עקזעקוטיוו ארדערס איבער אימיגראציע, אריינגערעכנט דאס דערקלערן א נאציאנאלע עמערדזשענסי איבער גרעניץ אנגעלעגענהייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אן אראבישער אימאם האשום אל-כוסעין איז געווארן ארויסגעווארפן פון די טראמפ איינשווערונגס צערעמאניע פראגראם אין דער לעצטער מינוט נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער שטיצט די כיזבאלא טעראר גרופע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער אפיציעלער בילד פון גענעראל מארק מילי, וואס איז געווארן אויפגעהאנגען אין די פּענטעגאן לעצטע וואך, איז געווארן אראפגענומען פון די פּענטעגאן וואנט.

מילי האט היינט באקומען א פרעזידענטליכער באגנאדיגונג פון געוועזענער פרעזידענט ביידען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סירישע פירער אכמאד אל שארא האט קאנגראטולירט פרעזידענט טראמפּ זאגנדיג אז ער קוקט ארויס צו פארבעסערן די באציאונגען צווישן סיריע און די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
ביליאנער, אילאן מאסק, ביים אויפטרעטן ביי די טראמפּ איינשווערונגס צערעמאניע אין קעפיטאל וואן ארענע, האט געשאסן א סאלוט וועלכע זעט אויס ענליך ווי א נאצי סאלוט, מאסק האט שפעטער ערקלערט אז ער האט פרובירט צייגן ווי ער ווארפט זיין הארץ פאר די פארזאמלטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א קאמישע אינצידענט האט פאסירט ווען א פרוי אין מערילענד האט פרובירט צו באנייען איר דרייווער לייסענס, און איז צו איר שטוינונג געוואר געווארן אז זי רעגיסטרירט טויט...

די טעות האט פאסירט ווען מען האט אריין געגעבן א פארלאנג פאר א טויט שיין פאר א צווייטן, און איין ציפער פון די סאושעל סעקיוריטי איז אומריכטיג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די נייע אוועל אפיס פון 47-סטער פרעזידענט דאנעלד טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די סענאט האט באשטעטיגט פרעזידענט טראמפּ'ס נאצינאציע, געוועזענער פלארידא סענעטאר, מארקא רוביא פאר סעקרעטערי אוו סטעיט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: הונדערטער ארעסטאנטן וועלכע זיצן אין טורמע אין פארבינדונג מיט יאנואר זעקס ראיאטן, ווערן יעצט באפרייט פון פעדעראלע טורמעס.

די ארעסטאנטן ווערן ארויסגעלאזט נאך די באגנאדיגונג פון פרעזידענט טראמפּ, איבער דער גאנצער פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ שרייבט אונטער צענדליגער עקזעקוטיוו ארדערס, איבערדרייענדיג ביידען אדמיניסטראציע געזעצן און פאליסיס, אין די ערשטן שטונדן אין אמט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ צווישן מערערע עקזעקוטיוו ארדערס מאכט געזעצליך דאס אז די פאראייניגטע שטאטן זאל זיך ארויסציען פון די וועלט'ס געזונטהייט ארגענעזאציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל מיליטערישער רמטכ"ל הרצי הלוי מעלדט אז ער וועט רעזיגנירן.

"איך נעם פאראנטווארטליכקייט אויף די דורכפעלער אום אקטאבער זיבן 2023, און די שולד געפילן יאגן מיר נאך יעדן טאג און יעדן שטונדע."

הלוי וועט פארלאזן זיין פאזיציע און מארש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו דעפארטירן אלע אויסלענדישע פרא כאמאס סטודענטן, וועלכע האבן פראטעסטירט אין די יוניווערזיטעטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל אונטערגעשריבן אויף אן ארדער צו ערלויבן טיקטאק ווייטער צו אפערירן צייטוויליג, ביז די פירמע ארבעט אויס א דיעל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
וויוועק ראמאסוואמי וועלכע איז געווען ערווארטעט צו זיין א טייל פון די דאדזש אגענטור אינאיינעם מיט מאסק, וועט אין די ענדע נישט נעמען די פאזיציע, און וועט לויפן פאר'ן גאווערנאר זיץ אין אהייא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפ האט אין זיין ערשטן טאג דערקלערט א נאציאנאלע עמערדזשענסי ביים דרום אמעריקאנער גרעניץ, צוליב דעם קריזיס מיט אומלעגאלע אימיגראנטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט אפיציעל אנגעהויבן א דעפּארטאציע אפעראציע מיט אבלאוועס צו ארעסטירן און דעפּארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן פאסירנדיג אין מערערע ערטער ארום די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א טעראר אינצידענט האט פאסירט אין תל אביב, ווען א טעראריסט האט געשטאכן צוויי מענטשן, דער טעראריסט איז געווארן עלימינירט דורך א באוואפנטער ציווילער בירגער.

מעגליכע פארדאכטן איבער נאך א טעראריסט וואס געפונט זיך נאך אויף דער פריי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א זעלטענע שניי שטורעם האט זיך אראפגעלאזט אין די ווארעמע שטאטן פלארידא, לואיזיאנא און טעקסאס, און איז ערווארטעט צו ברענגען 3 ביז 6 אינטשעס שניי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט טראמפּ האט צוריקגעשטעלט קובא אויף די ליסטע פון טעראריזם סטעיט ספאנסארס.

געוועזענער פרעזידענט דזשאו ביידען האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע, זעקס טעג צוריק.

▫️אידישער ווינקל ▫️