אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.5K photos
5.81K videos
346 files
2.48K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע אנטוויקלונגען אין סיריע ווען דורכאויס שבת, האבן אנטי-אסאד רעבעלן דורכגעפירט אן אומגלויבליכער אפענסיווע קעגן די אסאד רעזשים זעלנער אין די שטאט כאלאב, אלעפא] און די שטאט איז געפאלן מיט די ראדיקאלע סוני רעבעלן דערקלערנדיג זיג.

די לופטפעלד אין שטאט האט אויפגעהערט פונקציאנירן און די רעבעלן פייערן זיג, מיט'ן אייננעמען נאך און נאך סטראטעגישע געביידעס.

באריכטן אז די רוסישע און סירישע לופט קרעפטן אטאקירן צילן אין שטאט, און איראנער גענעראלן געפונען זיך אין דמשק צו העלפן די סירישע מיליטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥7👍1👎1
טראמפּ זאגט אז ער האט געהאט א פראדוקטיווע שמועס מיט קאנאדישער פריים מיניסטער דזשוסטין טרודא אין מאר-א-לאגא.

טרודא איז געקומען צו פליען פאר אן אומגעמאלדענער באזוך קיין פלארידא, עטליכע טעג נאך וואס טראמפּ האט געווארנט אז זיין אדמיניסטראציע וועט ארויפלייגן טאריפס אויף פראדוקטן פון קאנאדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎1
כאמאס האט פובליצירט א ווידעא פון אן אמעריקאנער און מדינת ישראל בירגער, וועלכע איז פארכאפט אלס א משכון אין עזה, עידן אלכסנדר. די ווייסע הויז האט גערעדט מיט די פאמיליע, און זאגט אז פרעזידענט ביידען באשולדיגט כאמאס און אויסציען די קריג.

כאמאס פירער זענען ערווארטעט צו אנקומען קיין קאירא עגיפטן, וואו עס וועלן פארקומען געשפרעכן מיט עגיפטישער באאמטע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
*💥OJBA 2024💥*
In Two Weeks!

Mega Construction & Management Expo
12.18.24

*USE CODE yiddishvinkel*
*🔥FOR 30% Off🔥*

*Register Now!* ojba.net/yvr
1
בארימטער און טאלאנטפולער אנאליסט און שריפטשטעלער, מענדל אונגער אין אן אינפארמאטיווער שמועס מיט די שטאב פון הענדיעקוויפ פירמע, וועלכע שטאפירט אויס ווערהאוזעס, לעבעדיג ביי די סקווירא ביזנעס עקספא

סובסקרייבט צו אידישער ווינקל - יוטוב

https://youtu.be/Bd2Ij_ALcvc?si=_viYgPtEbTJy7QU9
👍1
די ווייסע הויז פארעפנטליכט איר ערשטע סטעיטמענט איבער די רעבעלן אויפשטאנד אין סיריע: "די ווייסע הויז האט גארנישט מיט די אויפשטאנד וואס ווערט געפירט דורך די האיאט טאכריר אל שעם גרופע, [HTS] וועלכע איז דעזיגנירט אלס טעראריסט ארגענעזאציע.

אמעריקא וועט פארטיידיגן און באשיצן די אמעריקאנער פערזענליכקייטן און אמעריקאנער פאזיציעס, וועלכע זענען וויכטיג אז אייסיס זאל זיך נישט צוריק אוועקשטעלן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
2👎1😁1
די איסלאמישע רעפובליק אין איראן באשולדיגט אז אמעריקא און מדינת ישראל שטייען הינטער די דזשיהאדיסטישע אטאקע אין סיריע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁42🤔1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
היינט קומט פאר די הויכפונקט פון גרויסארטיגע כינוס שלוחי חב"ד וועלכע קומט פאר יערליך די צייט, די שלוחים פון ארום די וועלט פארברענגען א וואך צייט אין ניו-יארק, מיטלעבנדיג א רייע פראגראמען, מיט די הויכפונקט פון די גרויסע בילד פארנט פון די חב"ד הויפטקווארטיר אין קראון הייטס און א ריזיגע כינוס וואו טויזענטער שלוחים זיצן אונטער איין דאך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥰1
אמעריקאנער טרעיד באאמטע האבן פרייטאג געמאלדן א פרישע רונדע טאריפס אויף סאולער פאנעלן פון פיר אזיאנער לענדער, זאגנדיג אז זייערע אימפּארטן קלאפן צו שטארק אראפ פרייזן און שעדיגן אמעריקאנער ביזנעסער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
פרעזידענט טראמפּ האט נאמינירט טשארלס קושנער, דער טאטע פון טראמפּ'ס איידעם דזשעראד קושנער, אלס אמבעסאדאר צו פראנקרייך.

קושנער איז געווארן אנגעקלאגט מיט מערערע פעלאניס אין יאר 2005, און געזעסן אין טורמע, ביז טראמפּ האט אים פּארדאנירט איידער ער האט פארלאזט אפיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥3
דאטא צייגט אז פארגאנגענעם פרייטאג זענען סעילס אין געשעפטן און אנליין געווען מיט 3.4 פראצענט שטארקער ווי פאר-א-יאר, אנדערש ווי עקספערטן האבן ערווארטעט אז עס וועט זיין שוואך.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥1
אילאן מאסק און וויוואק ראמאסוואמי וועלן באזוכן קעפיטאל היל די וואך צו פארשטעלן זייערע "רעפארמירונגען" און פארשלאגן פון די נייע דעפארטמענט פאר גאווערמענט פראקטישקייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍13👎1
ציל שיסער ווערן געזען אויף די דאך פון די געביידע וואו עס קומט פאר די כינוס שלוחי חב"ד אין די מעדאולענדס צענטער אין ניו-דזשערזי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
8
די פרעזידענט פון מעקסיקא זאגט אז זי האט גערעדט מיט פרעזידענט טראמפ טעלעפאניש און ביידע זענען איינגעגאנגען אז באציאונגען צווישן די לענדער דארפן בלייבן גוט, און זאגט אז זי איז קאנפידענט אז זיי וועלן שליכטן די טאריף געפעכט אויף א רואיגן אופן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁3
גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס זאגן אז אויסטראליע'ס פארבאט פאר יונגע קינדער צו נוצן סאציאלע מידיא איז געווען א געיאגטע באשלוס און איז נישט גוט אויסגעשטעלט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏4👎2👍1
לויט א בלומבערג באריכט איז ערווארטעט אז ניסענ'ס CFO וועט פארלירן זיין אמט אינעם נאנטן צוקונפט, עס איז נישט קלאר אויב ער וועט רעזיגנירן אדער ווערן ארויס געווארפן.

דאס קומט אין א צייט ווען די פירמע מיטשעט זיך צו נידערן מיט פאלנדע סעילס, און איז ערווארטעט צו שניידן טויזענטער ארבעטער און באדייטענד נידערן פראדוקציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁4👍1
פרעזידענט עלעקט טראמפּ שרייבט אין א דראמאטישער טוויט אז עס וועט קומען גיהנם אין די מיטל מזרח אויב מדינת ישראל משכונות ווערן נישט באפרייט איידער ער נעמט איבער דעם ווייסן הויז.

▫️אידישער ווינקל ▫️
28🔥9👍7😱3
סירישע רעבעלן האבן פארכאפט פילע טאנקען און וואפנס, אריינגערעכנט א פרישע T-90 טאנק פון די אסאד רעזשים.

די רעבעלן נוצן אין זייער יעצטיגע אפענסיווע, טאנקען וואס זיי האבן פארכאפט אין זייער 2016 אפענסיווע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
געוועזענער פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט איז געגאנגען אויף א באזוך אין 770, די הויפטקווארטיר פון די חסידות חב"ד וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍12👎7🤯1😱1🥱1
דייטשער קאנצלער אלעף שולץ איז אנגעקומען קיין אוקראינע פאר זיין ערשטער באזוך אין צוויי אהאלב יאר.

ער האט פארשפראכן אז ער וועט שיקן פרישע פינאנציעלע הילף פאר אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍10👎1