אידישער ווינקל
5.12K subscribers
20.5K photos
5.8K videos
346 files
2.48K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
סעמסאנג שעירס זענען געפאלן צו איר נידעריגסטן פונקט אין פיר יאר, צוליב אינוועסטירער זארג איבער נייע טאריפס אונטער א טראמפ אדמיניסטראציע.

סעמסאנג ווערט באטראכט אלץ די סטאק מיט די שוואכסטע פארשטעלונג צווישן די גרויסע גלאבאלע טשיפ פראדוצירער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢5😁2
א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז מעטא וועט מוזן דורך גיין א טרייעל איבער מעגליך דארפן צוטיילן די פירמע אין עטליכע חלקים.

די רעדע איז איבער אומלעגאלע מאנאפאל פארלעצונגען וועלכע מעטא איז מעגליך באגאנגען ביים אפקויפן אינסטעגראם און וואטס-עפפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9
געוועזענע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי טאלסי געבארד וואס האט געטוישט פארטיי צוריק צו טראמפ, וועט ווערן נאמינירט אלס דער דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דורך פרעזידענט עלעקט טראמפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍15😍1
אינפלאציע אין די פאראייניגטע שטאטן איז געשטיגן צו 2.6% אין די מאנאט פון אקטאבער, ארויף פון 2.4% אום סעפטעמבער, אפצייכענענדיג די ערשטע העכערונג אין זיבן מאנאטן, די שפרינג קומט א מאנאט נאך וואס די פעדעראלע רעזערווו האט אנגעהויבן אראפברענגען די אינטרעסט ראטעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פרעזידענט עלעקט טראמפ זאגט אז ער און ביידען האבן דיסקוסירט די טעמעס פון אוקראינע און מיטל מזרח. טראמפ האט געפרעגט פון ביידען וואס זיינע מיינונגען זענען איבער די טעמעס און ביידען האט פארגעשטעלט זיינע מיינונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁13
די ניו-יארק-טיימס באריכט אז א סי-איי-עי ארבעטער מיט'ן נאמען אסיף ראמאן איז געווארן ארעסטירט אין קאמבאדיע אויף פארדאכטן פון ארויסרינען די סענסיטיווע דאקומענטן וועלכע האבן פארמאגט דעטאליזירטע אינפארמאציע איבער די צוגרייטונגען צו די מדינת ישראל אטאקע אויף איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9
א באריכט אין רויטערס זאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע ארבעט אויף א ליסט פון פענטעגאן באאמטע וועמען זי פלאנירט צו אויפזאגן פון זייערע אמטן. דאס רעכנט אריין אפילו הויכראנגיקע פאזיציעס ווי די טשיף אוו סטעף.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍15🔥4
די גארדיען צייטונג מעלדט אז זי פארלאזט טוויטער/עקס עס רופנדיג א גיפטיגע מידיא פלאטפארמע, מיט עקסטרעם רעכטע קאנספיראציע טעאריעס און ראסיזם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱12👍4😁4👌1👨‍💻1
הויז ספיקער מייק דזשאנסאן האט געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע צו בלייבן אויף זיין אמט, א פולער אפשטימונג אין קאנגרעס וועט פארקומען אין יאנואר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍32👎1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל האט פארגרעסערט די צאל אטאקעס אין ביירוט און אין די לעצטע צוויי טעג זענען העכער 40 כיזבאלא צילן געווארן אטאקירט אין יענע געגנט אליינס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥7👍3👎2
מדינת ישראל שאצט אז פלענער ווערן געמאכט אין די נייע טראמפ אדמיניסטראציע צו אראפווארפן די איראנער רעזשים.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍21🔥3👏2😁2
נאך וואס אינפא-ווארס וועבזייטל האט זיך געדארפט דערקלערן באנקראט מיט דער אייגנטומער, אלעקס דזשאונס, ווערנדיג אנגעקלאגט אויף דעפעמעישן דורך פאמיליעס פון די סענדי-הוק שיסעריי, האט די קאמיש בארימטע נייעס אגענטור 'די צוויבל' אפגעקויפט די וועבזייטל, און פלאנט דאס צו פארוואנדלען אין א קוואל פון ענליכע סארט נייעס, נישט-געשטויגענע געשיכטעס און שפאטישע אבזערוואציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁8👎1
דער נאמענירטער אטוירני דזשענעראל, מעט געיטס, פון פלארידא וועלכע איז ארומגענומען מיט סקאנדאלן האט שוין רעזיגנירט פון קאנגרעס, לויט קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁4
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דראמאטישע פוטעדזש צייגט מדינת ישראל באמבארדירט צילן אין לבנון ווען הארט דערנעבן פארט א פליגער אין די לבנון לופטפעלד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏4
פרעזידענט עלעקט טראמפ האט פארשפראכן מדינת ישראל אז אין זיין ערשטער טאג אין אפיס וועט ער אפשטעלן אלע צוימונגען און שטערונגען פון ליפערן וואפנס און שלאכט עקוויפמענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥26👍3🥰2
הילטאן האט געמאלדן אז זי האט אויטאריזירט צוריק צו קויפן נאך 3.5 ביליאן דאללאר ווערד פון אירע אייגענע שעירס, ברענגענדיג דעם טאטאל ווערד פונעם צוריק-קויף פראגראם צו 4.8 ביליאן דאללאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
א רויטערס אנקעטע צייגט אז א מערהייט עקאנאמישע עקספערטן ערווארטן אז אייראפע'ס עקאנאמיע וועט ווערן שווער אפעקטירט אין די קומענדיגע יארן, נאך וואס פרעזידענט טראמפ קומט צוריק צום אפיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍31🔥1
בואינג האט געמאלדן אז זיי וועלן אצינד אנהויבן זייער פלאן פון אפזאגן צען פראצענט פון איר גלאבאלע ארבעטס קראפט, אין א פרואוו צו שניידן קאסטן און העכערן די פירמע'ס פראפיטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
פרעזידענט עלעקט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער נאמינירט ראבערט עף קענעדי אלס זיין סעקרעטאר פאר געזונטהייט און מענטשליכע סערוויסעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍25👎7
פרעזידענט עלעקט טראמפּ מעלדט אז ער נאמינירט קעראלין ליוויט פאר דער אמט פון פרעסע סעקרעטאר. לעוויט איז געווען די נאציאנאלע פרעסע סעקרעטאר פון די טראמפ קאמפיין און געדינט אין די פריערדיגע טראמפּ אדמיניסטראציע, אלס געהילף צום פרעסע סעקרעטאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
9