אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.6K photos
5.82K videos
346 files
2.49K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אויף א רייזע קיין ארגענטינע, וואו ער וועט באזוכן די ארטיגע אידישע געמיינדע און מוסדות התורה, דערנאך וועט דער רבי שליט"א פארן קיין אורוגוויי צו באזוכן א בית השחיטה וואס פראצעסירט כשר'ע פלייש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
20👍5🤨5🔥3😁3😴2🆒1
ניו-יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס איז געזען געווארן ביים ציון פון אדמורי ליבאוויטש אין קווינס, אויפדערנאכט, לויט באריכטן באזוכט דארט דער מעיאר פון צייט צו צייט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥132👍1
שעירס אין ניסאן זענען ארויף היינט מיט איבער צען פראצענט, נאך וואס א פיילינג צייגט אז אקטיוויסט אינוועסטירער אפיסימא קאפיטאל מענעדזשמענט האט אינוועסטירט אין די פירמע און האלט אצינד 2.5 פראצענט בעלות.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍3
טיילאנד ווארנט אז עס איז פארהאן א זארג איבער אטאקעס קעגן מדינת ישראל טוריסטן אין לאנד אין די קומענדיגע טעג און זי ארבעט דאס צו אדרעסירן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🤣12😁7👍1
פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ מעלדט אז ער וועט נאמינירן געוועזענער גאווערנאר פון ארקענסא, מייק האקעבי אלס דער דער אמעריקאנער אמבעסאדאר קיין מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏8🤔3🔥2👍1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
גאר דראמאטישע פוטעדזש פון א מדינת ישראל מיליטער אטאקע קעגן א כיזבאלא ווערהאוז אין ביירוט, לבנון. די מיליטער זאגט אז א מערהייט פון זייערע ווערהאוזעס זענען שוין פארניכטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥12
Welcome to Weinberger Photography! 📸 Meet Shmily Weinberger, the expert behind the lens, showcasing:
*Specializing in product photography for websites, Amazon, and catalogs.*

Call 347-378-4918

*WhatsApp us!*
https://wa.me/message/2BQ4DRVVSMT5J1

*email*👉 office@weinbergerphotography.com

*View our work at*👉 www.weinbergersphotography.com
👍1
פרעזידענט טראמפּ נאמינירט טעלסא אייגנטומער, אילאן מאסק און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט וויוואק ראמאסוואמי, צו פירן די דאוג אגענטור, וועלכע גיבט זיך אפ מיט קאנטראלירן און מאכן זיכער די רעגירונג אפערירט גוט און שפענדט נישט וואס מען דארף נישט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👏11😁5🤨3👍1🔥1
פרעזידענט עלעקט טראמפּ מעלדט אז ער נאמינירט פיעט העגסעט, א דזשורנאליסט פון פאקס נייעס, און וועטעראן אדוואקאט צו זיין דער קומענדיגער פארטיידיגונגס סעקרעטאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍11🔥2👏1
סענעטאר דזשאן טהון פון סאוט דעקאטע איז געווארן ערוויילט אלס סענאט מאיאריטעט פירער, איבערנעמענדיג דער געוועזענער לאנגיעריגע און פארעלטערטער רעפובליקאנער פירער מיטש מעקאנעל, נאך א פארמאכטער אפשטימונג צווישן די סענעטארן.

טהון האט געווינען די אפשטימונג און באקומען מער שטימען ווי די טראמפ-אדמיניסטראציע'ס אויסוואל קאנדידאט ריק סקאט פון פלארידא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎7👍3
45-סטער פרעזידענט און 47-סטער פרעזידענט עלעקט, דאנעלד טראמפּ איז היינט אנגעקומען קיין וואשינגטאן די-סי, וואו ער האט באזוכט פרעזידענט דזשאו ביידען אין די ווייסע הויז.

טראמפּ האט צווישן אנדערע געזאגט אז פאליטיק איז שווער צומאל, אבער מען זאל ארויסקוקן אויף א גלאטער און רואיגער אדמיניסטראציע טויש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍1🆒1
דער נייע פארטיידיגונגס מיניסטער, געוועזענער אויסערן מיניסטער, ישראל כץ האט היינט באזוכט די פראנט ליניעס אין צפון ארץ ישראל וואו די מיליטער איז העפטיג פארנומען אין איר מללמה קעגן די כיזבאלא טעראר באנדע.

כץ האט געזאגט: "מיר וועלן נישט איינשטימען מיט סיי וועלכע פארהאנדלונגען וועלכע וועלן נישט פארזיכערן אז כיזבאלא לייגט אראפ וואפנס."

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥4
די איסלאמישע דזשיהאד טעראר גרופע האט פארעפנטליכט א דאקומענטאציע און 'צייכן פון לעבן' פון דער פארכאפטער משכון סאשא טראפּענאוו וועלכע ליינט פאר א פארגעשריבענע טעקסט, אין א פסיכאלאגישע קריגס מיטל.

טראפּענאוו איז פארכאפט געווארן אין קיבוץ ניר-עוז אינאיינעם מיט זיין פרוי, שווער און שוויגער. זיין שווער איז ליידער דערמארדעט געווארן און זיין פרוי און שוויגער זענען באפרייט געווארן אין פריערדיגע אויסטוישן.

סאשא פלעגט ארבעטן אין עמעזאן און שטאמט ארגינעל פון רוסלאנד, די רוסישע אידנטום אין שפיץ פון דער הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א דרייען איבער וועלטן פאר זיין באפרייאונג.

די דאקומענטאציע פארמאגט נישט קיין דאטום און כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען פאר סאשא'ס באפרייאונג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
💔131
ברעיקינג: טראמפּ נאמינירט קאנגרעסמאן מעט געיטס פון פלארידא אלס דער אטוירני דזשענעראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥20👎7👍5🤔1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אייער מלוה מלכה דעליווערט!

כאפט א בליק אויף אונזערע געשמאקע מלוה מלכה פעקעדזש אפציעס באשטעלט און באקומט אייער מלוה מלכה דעליווערט צו אייער טיר, פריש, הייס, און גרייט צום עסן!

דרוקט דעם לינק: https://wa.link/99i817
טייוואנ'ס צענטראלע באנק ווארענט אז טייוואנעזער עקספארטן וועלן ווערן שטארק אפעקטירט נאך וואס פרעזידענט טראמפ קומט צוריק צום ווייסן הויז, און וועט ברענגען פילע האנדלס קאנפליקטן גלאבאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😁5
סעמסאנג שעירס זענען געפאלן צו איר נידעריגסטן פונקט אין פיר יאר, צוליב אינוועסטירער זארג איבער נייע טאריפס אונטער א טראמפ אדמיניסטראציע.

סעמסאנג ווערט באטראכט אלץ די סטאק מיט די שוואכסטע פארשטעלונג צווישן די גרויסע גלאבאלע טשיפ פראדוצירער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
😢5😁2
א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז מעטא וועט מוזן דורך גיין א טרייעל איבער מעגליך דארפן צוטיילן די פירמע אין עטליכע חלקים.

די רעדע איז איבער אומלעגאלע מאנאפאל פארלעצונגען וועלכע מעטא איז מעגליך באגאנגען ביים אפקויפן אינסטעגראם און וואטס-עפפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9
געוועזענע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי טאלסי געבארד וואס האט געטוישט פארטיי צוריק צו טראמפ, וועט ווערן נאמינירט אלס דער דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש דורך פרעזידענט עלעקט טראמפ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍15😍1
אינפלאציע אין די פאראייניגטע שטאטן איז געשטיגן צו 2.6% אין די מאנאט פון אקטאבער, ארויף פון 2.4% אום סעפטעמבער, אפצייכענענדיג די ערשטע העכערונג אין זיבן מאנאטן, די שפרינג קומט א מאנאט נאך וואס די פעדעראלע רעזערווו האט אנגעהויבן אראפברענגען די אינטרעסט ראטעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️