אידישער ווינקל
5.11K subscribers
20.6K photos
5.81K videos
346 files
2.48K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://wa.me/13473456278?

קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
טראמפ'ס מידיא פלאטפארמע איז שטארק געוואקסן פרייטאג, נאך וואס טראמפ האט געזאגט אז ער וועט נישט פארקויפן זיינע סטאקס אין די פירמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍101🔥1
על-דזשי האט געמאלדן אז זיי האבן אונטערגעשריבן א פינף יעריגע אפמאך מיט ריוויען צוצושטעלן אירע פארגעשריטענע באטעריעס פאר די פירמע.

על-דזשי שטעלט צו באטעריעס פאר טעסלא, גענעראל מאטארס און הייאנדעי, און וועט אצינד טוהן דאס זעלבע מיט ריוויען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
קאנאדע באריכט די ערשטע פאל פון א מענטש וואס ווערט אנגעשטעקט מיט H5 פייגל פלו, א יוגנטליכער איז געפירט געווארן אין שפיטאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🥱1
פרעזידענט עלעקט טראמפּ מעלדט אז ער וועט וועט נישט נוצן זיינע געוועזענער אדמיניסטראציע מיטגלידער ניקי העילי און מייק פאמפעא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍22👎3😁2
מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גדעון סער און כנסת ספיקער אמיר אוחנה זענען אנגעקומען קיין האלאנד, זיך טרעפנדיג מיט ארטיגע באאמטע, וועלכע האבן אויסגעדרוקט זייער אויפברויז און פארשעמונג אויף די אינצידענטן אין אמסטערדאם.

10 פליגערס האבן אפגעפירט די פילע מדינת ישראל בירגער פון האלאנד קיין מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍9
פרעזידענט עלעקט טראמפּ האט גערעדט מיט אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי פארלאפענעם פרייטאג, און צו די איבערראשונג פון זאלענסקי האט זיך אויך געפונען אויף די ליניע, דער טעסלא אייגנטומער אילאן מאסק.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥15🤣8👎3👍2🤨1😨1
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
וואפףףף....

דראמאטישע פוטעדזש צייגט ווי אן ארבעטער מיידט פון ווערן געשעדיגט דורך א טראק, וואס האט פארלוירן קאנטראל, און געקראכט עטליכע מאמענטן נאכדעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍10😱5
אין רעאקציע צו פרעזידענט טראמפ'ס ווארענונג פאר צען פראצענטיגע טאריפס אויף אלע אימפארטן, און זעכציג פראצענט אויף כינעזער אימפארטן, זאגט אייקיע'ס סי-אי-או אז די פירמע איז גרייט דערפאר וויבאלד זי איז נישט לאנג צוריק דורך אנדערע סופליי שוועריגקייטן, און ווייסט ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍81
א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז מעטא'ס סי-אי-או מארק צוקערבערג איז נישט פערזענליך פאראנטווארטליך אויף קלאגעס קעגן זיין פירמע איבער צובינדן יונגע קינדער צו סאציאלע מידיא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎4👍3
אפען עי-איי'ס פאפולערע טשעט-דזשי-פי-טי איז דורך א קורצשלוס פרייטאג פון א האלבע שעה, אפעקטירענדיג טויזענטער באנוצער.

סעם אלטמאן, CEO פון אפען עי-איי האט דאס געמאלדן אויף עקס און בייגעלייגט א זויערע עמאודזשי, זאגענדיג אז די פירמע האט זיך שטארק פארבעסערט אין דעם הינזיכט, אבער ווי עס שיינט איז נאך דא ארבעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ישראל היום באריכט אז טראמפּ'ס איידעם דזשעראד קושנער, האט זיך אומגעקערט צו העלפן זיין שווער פרעזידענט עלעקט טראמפּ, מיט אויפנעמען זיין נייע אדמיניסטראציע, טראץ וואס אין דער פארגאנגענהייט האט ער געזאגט אז ער וועט נישט העלפן דאסמאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍17
די ניו-יארק-טיימס באריכט אז רוסלאנד האט צוזאמגעשטעלט אן ארמיי פון 50,000 רוסישע און צפון קארעא סאלדאטן פאר אן אפענסיווע אין די קורסק ראיאן. די אטאקע איז ערווארטעט זיך צו אנהויבן אין די קומענדיגע טעג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👎7👍1
מדינת ישראל פריים מיניסטער האט געבראכן זיין שטילקייט ארום די ביפּער אפעראציע, אפציעל נעמענדיג פאראנטווארטליכקייט אז מדינת ישראל שטייט אונטער דעם, ער האט אויך געזאגט אז געוויסע זענען געװען דערקעגן, מיינעדיג דער געוועזענער פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥20
איבער 1,000 צעמענט טראקס זענען שוין געברענגט געווארן צו געגנטער אין דרום לבנון מיט'ן ציל צו פארמאכן די טונעלס און אונטערערדישע אינפעסטראקטור פון כיזבאלא לענגאויס די גרעניצן מיט מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥7👍1
פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפּ האט געהאט זיין ערשטע טעלעפאן רוף מיט רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין, אנגעבליך האט טראמפּ געבעטן פוטין אז ער זאל נישט פארערגערן דער צושטאנד אין אוקראינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍2
פרעזידענט עלעקט טראמפּ און זיינע טעג איידער זיך אריינציען אין ווייסן הויז, אנאליז דורך דער בארימטער שריפטשטעלער און קאמענטאטאר מענדי אונגאר.

אויף אידישער ווינקל יוטוב - סובסקרייבט פאר מער

https://youtu.be/iqF_fajvv74?si=1Zg84c9NQziGglSH
👍6🔥2
13 מענטשן זענען געשאסן געווארן, איינער איז געשטארבן אין די טוסקעדזשי אוניווערזיטעט אין אלאבאמא איבערנאכט, פיר אנדערע האבן געליטן שאדנס אין רעזולטאט פון די אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍6😢2
די מדינת ישראל לופטליניע איזרא-עיר, וועלכע אפערירט אויף א ביליגערע פארנעם, זוכט צו אנהויבן מיט רייזעס פון תל אביב קיין ניו-יארק די ווינטער, און אנהויבן קאנקורירן מיט די מאנאפאל פון אל-על. די לופטליניע ווארט אויף באשטעטיגונג פון די פאראייניגטע שטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
🔥18👍3👎1
דניאל נארבער, א 45 יעריגער געוועזענער איי-די-עף זעלנער, מיט בירגערשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן און מדינת שראל, איז דער ערשטער רעפובליקאנער אין 50 יאר צו געווינען א סטעיט אסעמבלי זיץ אין נארטערן העמפסטעד לאנג איילענד.

ער וועט פארטרעטן די נאסוי קאונטי דיסטריקט נעבן קווינס וועלכע איז ביז יעצט געווארן פארטרעטן דורך סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפעלי.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍16
פרעזידענט טראמפ נוצט די ווערטער 'אדאנק דיר גאט' אין זיין מעסעדזש אויף טרוט, ווי ער טריאומפירט איבער זיינע קאלאסאלע געווינסן אין די פרעזידענטליכע פארמעסט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
👍18🥰5