אידישער ווינקל
5.1K subscribers
18.9K photos
5.26K videos
346 files
2.26K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
לויט באריכטן וועט די ביידען אדמיניסטראציע שיקן צום ערשטן מאל אין מיטל מזרח, די טהאד, אנטי באליסטישע לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען, זיך צו צוגרייטן אין פאל איראן אטאקירט נאכאמאל מדינת ישראל.

די טהאד סיסטעם קאמפּלימענטירט און ארבעט אינאיינעם מיט עקזיסטירנדע סיסטעמען ווי די איירין דאום פאר בעסערע רעזולטאטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
איראן האט פארבאטן ביפּערס און וואלקי-טאלקיס אויף אלע פליגערס, עטליכע וואכן נאך די טויטליכע אטאקע קעגן די ביפּערס פון די כיזבאלא טעראריסטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין און דער איראנער פרעזידענט מאסוד פּאזעשקיען האבן זיך געטראפן און האבן געלאזט וויסן אז זיי פארמאגן נאנטע באציאונגען.

אויך האט פוטין געלאזט וויסן אז ער צילט צו איינשטעלן א נייע וועלט'ס ארדענונג, ווען די צוויי האבן זיך געטראפן אין טורקמעניסטאַן צום ערשטע מאל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
שוקי וואלדמאן פון די בארימטע 'וויניארד געשעפט' ביים רעקאמענדירן די פאפולערע וויינען פונעם יום טוב סעזאן, פון די בארימטע 'נאבעל וויין' פירמע.

וואס וועט איר טרונקען דעם יו"ט?

קליקט דא צו באקומען די תשרי וויין-ליסטע: https://bit.ly/Nobleyid
נאך העכער 20 יאר, און א סוכה איז געווארן אויפגעשטעלט אין עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער טוט יעצט אפערירן אין 5 באזונדערע לאקאציעס ביי די גרעניצן מיט לבנון, יעדע געגנט איז אונטער די פירערשאפט פון א באזונדערע מאנעוורע קאמענד דיוויזיע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אן עס-זאל אין א מדינת ישראל באזע אין בנימינה, אין צפון ארץ ישראל, איז געווארן אטאקירט דורך א כיזבאלא דראון מיט 39 זעלנער ווערנדיג פארוואונדעט, ארום פיר אין א שווערע צושטאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א מאכטפולער אויפרייס אין א גאז סטאנציע האט פאסירט אין גראזניע, דער הויפטשטאט פון טשעטשניע, אומברענגענדיג פיר מענטשן, דער וואס כאפט אפ די ספעציפישע ווידעא, איז גליקליך צו האבן איבערגעלעבט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ניו-יארק סטעיט סענעטאר ביל וועבער ביים אפשטאטן א באזוך אינערהאלב די ”נאבל וויין פירמע שאו-רום און וויין קעלער” אפצוצייכענען די געוואלדיגע סוקסעס פון די נייע גאר באקאנטע ”באגליעטי” וויינען, אונטערשטרייכנדיג זיין צוזאג צו שטיין צו די זייט און שטיצן קלענערע ביזנעסער אינערהאלב ניו יארק.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Yomtov is around the corner, and so is your magical piece of jewelry.

Schedule a showing in the comfort of your home:

https://wa.me/message/LHKY74BFDQLCH1
א באוואפנטער מאן איז ארעסטירט געווארן אינדרויסן פון דאנעלד טראמפ'ס ראלי אין קאוטשעלע, קאליפארניע, נאכ'ן לאזן פאלן ווערטער איבער זיין פלאן צו אומברענגען דער פרעזידענט. דאס איז דער דריטער אטענטאט פרואוו אויף געוועזענער פרעזידענט טראמפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אייראפעאישע קאמיסיע זאגט אז זיי האבן פארלאנגט פון טעמו צו שיקן אינפארמאציע איבער זייערע שריט אפצושטעלן אומלעגאלע פראדוקטן וועלכע ווערן פארקויפט אויף זייער וועבזייטל.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אמעריקאנער רעגולאטארן האבן פארלאנגט פון עטליכע גרויסע אמעריקאנער פירמעס צו געבן ענטפערס איבער כינעזער העקערייען און אינפארמאציע גניבות.

דאס קומט נאך א באריכט אינעם וואל סטריט דזשורנאל איבער סענסיטיווע אינפארמאציע פון ווערייזאן, עי-טי-ענד-טי און לומען טעכנאלאגיע באנוצער, אויף וואס כינעזער העקער האבן געלייגט א האנט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
*RD Wholesale*

The #1 place for all your Sukkah bedding needs.

Order Online:
www.wholesalerd.com

https://wa.me/message/OAEBXFLRTH5CO1
לויט א שאצונג וואס דער מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט, האט צוגעשטעלט פאר קאבינעט מיניסטארן, טוט כיזבאלא נאר פארמאגן א דריטל פון די מיסילס וואס זי האט געהאט איידער די קריג, ארויסברענגענדיג די אפעקטיווקייט פון די מדינת ישראל אטאקעס אויף די כיזבאלא גרופע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן זאגן אז עטליכע טויזנט צפון קארעא זעלנער טוען זיך שלאגן אויף די זייט פון די רוסישע רעגירונג קעגן אוקראינע, מיט אנדערע גרופעס פון טויזנטער צפון קארעא זעלנער ווערנדיג טרענירט אין רוסישע מיליטערישע באזעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די קאליפארניע באזירטע נייע עי-איי פירמע 'סוקי' האט אויפגעטריבן א פרישע 70 מיליאן דאלער צו קענען אהערשטעלן עי-איי טעכנאלאגיע פאר די מעדיצינישע אינדוסטריע.

די פירמע איז אצינד געשאצט צו זיין ווערד ארום 500 מיליאן דאללאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין די צייט וואס רוב אנאליזירער זענען ביי די מיינונג אז די פעד וועט נאר שניידן ראטעס מיט נאך 1 ביז 1.5 פראצענט די קומענדיגע חדשים אבער זיך דאן אפשטעלן, האבן זיך אצינד אנגעהויבן הערן שאצונגען פון געוויסע עקספערטן אז די שניטן וועלן גיין ווייטער פון דעם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
מדינת ישראל טשיף אוו סטעף הרצי הלוי באזוכט די עס-זאל אין די גולני באזע, באקומענדיג א באריכט איבער די דראון אטאקע וואס כיזבאלא האט דורכגעפירט נעכטן. די מדינת ישראל מיליטער פארשט דעם אינצידענט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
עמעזאן וועט אנהויבן אריין לייגן עפל טי-ווי+ אין איר פריים ווידעא אין אמעריקא, און דערמיט שטארק פארברייטערן איר סערוויס פאר באנוצער.

▫️אידישער ווינקל ▫️