אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.9K photos
5.25K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
נאטיצן און קרישקעלעך ארום די אסאסינאציע פון כאסאן נאסראלא.

סיריע און איראק האבן געמאלדן א דריי טאג טרויער אפצייכענונג.

די קערפער פון נאסראלא איז נאכנישט געווארן אפגעפונען.

איראן האט געלאזט וויסן אז זי פלאנט צו רעאגירן מיליטעריש מיט דער גרעסטער רעאקציע אין היסטאריע, אריינגערעכנט מיט געצילטע מיסילס אין ריכטונג פון צענטער מדינת ישראל אפילו אויב עס פירט צו א פולשטענדיגער מלחמה.

בילד: א שווארצע נקמה פאן ווערט אויפגעהאנגען אין איראן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
כיזבאלא איז ערווארטעט צו מעלדן אין די קומענדיגע שטונדן אז האשים סאפי אל דין, וועט איבערנעמען כאסאן נאסראלא ימ"ש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א בית המדרש אין שדרות וואס האט מיט ניסים אויסגעמיטן פון דורכגיין א שחיטה דורכאויס אקטאבער זיבן לאזן זיך ארויס אין טאנץ מיט די אנטוויקלונגען אין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין פילע געגנטער לאזן זיך ארויס מדינת ישראל איינוואוינער צו די שאסייען און צו עפנטליכע ערטער צו פייערן און זיך פרייען אויף דער עלימינאציע פון כאסאן נאסראלא ימ"ש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ארבעטער און מיטגלידער אין די הויפטקווארטיר פון די משפחה מאגאזין אין ארץ ישראל, ווערן ענטפאנגען מיט שילדן וועלכע פייערן די היסטארישע נייעס איבער די עלימינאציע פון כאסאן נאסראלא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מיטגלידער אין די פארלאמענט אין איראן דורכאויס די היינטיגע סעסיע שווערן נקמה אין מדינת ישראל און די פאראייניגטע שטאטן אויף די היסטארישע עלימינאציע פון כאסאן נאסראלא ימ"ש.

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
אין רעאקציע צו די דריי באליסטישע מיסילס וואס די כוטי רעבעלן האבן געשאסן צו מדינת ישראל האט היינט די מדינת ישראל מיליטער דורכגעפירט א מעכטיגע נקמה אטאקע אויף צילן אין תימן, צילנדיג צו פארקריפלען זייערע אויל איינריכטונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סענאפי האט באקומען באשטעטיגונג פון די כינעזער SDA צו נוצן זייער מעדיצין פאר COPD, א כראנישע לונגען קראנקהייט וועלכע פארשווערט דאס אטעמען.

▫️אידישער ווינקל ▫️
רעגולאטארן אין די אייראפעאישע פאראיין האבן ארויפגעשטעלט א הונדערט מיליאן דאלערדיגע געלט שטראף אויף מעטא, צוליב באשולדיגונגען אז די פירמע האט געהאלטן פעסווארדס פון באנוצער אומבאשיצט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אין סאודי אראביע נייעס קוועלער דעקן אויף דראמאטישע דעטאלן איבער שפיאנאזש אקטיוויטעטן וואס מדינת ישראל האט אונטערגענומען צו נאכגיין די לאקאציע פון כאסאן נאסראלא, זאגנדיג אז איינער האט גערייכט די האנט מיט נאסראלא, אריינשמירנדיג אין אים א סובסטאנץ וואס מדינת ישראל האט געקענט נאכלאקערן.

בילד: אילוסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
גדעון סער וועט זיך אנשליסן וועט זיך אנשליסן אין די גאווערמענט קאאליציע פון ביבי נתניהו, מעגליכקייטן אז סער וועט איבערנעמען יואב גאלאנט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די מדינת ישראל מיליטער האט געמאלדן אז געגנטער ארום צפון ארץ ישראל זענע פארשפארטע מיליטערישע זאנעס, דערמיט ווערט קלאר אז אן ערד אינוואזיע איז נענטער ווי סיי ווען בעפאר.

עמית סגל באריכט איבער ארטילערי אטאקעס וועלכע קומען שוין פאר ביים גרעניץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינדזשאד זאגט פאר סי-ען-ען טערקיי אז מיט יארן צוריק האט איראן פרובירט קאנטערן די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור מוסד און אויפגענומען א ספעציעלער איינהייט זיך צו אפגעבן דערמיט, אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אנפירער פון די איינהייט און פילע איינגעשטעלטע אין די אגענטור זענען געווען אגענטן פאר די מוסד.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די ספעיס-עקס קאפסול וועלכע איז ערווארטעט אראפ צו ברענגען צוויי פון די בואינג געשטראנדעטע אסטראנאטן איז נעכטן אנגעקומען צום ספעיס סטאנציע, און וועט לויט'ן פלאן צוריק ברענגען די צוויי אנפאנג 2025.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סטעלאנטיס האט היינט גענידערט אירע פראפיט שאצונגען אויפן יאר, אין רעזולטאט פון א אפגעשוואכטע גלאבאלע פארלאנג פאר אירע אויטאמאבילן און וואקסענדע כינעזער קאנקורענץ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ספאטיפיי איז דורך א קורצשלוס נעכטן פון דריי שעה לאנג, אפעקטירענדיג ארום פערציג טויזענט באנוצער. נאכפאלגנדיג דעם אינצידענט האט ספאטיפיי געשריבן אויף עקס: ''אלעס זעט אויס אסאך בעסער יעצט!''

▫️אידישער ווינקל ▫️
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א רייזע ארום ביירוט לבנון, נאך א וואך פון מאכטפולע מדינת ישראל אטאקעס אין די געגנט, מאכן לבנון אויסזען ענליך צו עזה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
ברעיקינג: פאר די ערשטע מאל זינט יאר 2006, טוען די מדינת ישראל קרעפטן דורכפירן מאנעוורעס אין דרום לבנון.

סאודי אלכאדאט טשענעל באריכט אז די מדינת ישראל קרעפטן עפענען די וועג צו קענען אריינגיין, פאר אינדזשעניר און קאמאנדא איינהייטן.

די לבנון מיליטער האט זיך צוריקגעצויגן פון זייערע פאזיציעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דראמאטישע און היסטארישע אנטוויקלונגען אין מיטל מזרח: מדינת ישראל טאנקען האבן געמאכט זייער וועג אריין קיין לבנון.

▫️אידישער ווינקל ▫️
נייקי איז ערווארטעט ארויס צו שטעלן פארדינסטן אויפ'ן פערטל מארגן דינסטאג.

אנאליזירער זענען ביי די מיינונג אז די פירמע וועט אנאנסירן די שוואכסטע ציפערן זינט קאוויד, און אז זי וועט אראפ רוקן איר פאראויס בליק אויפן יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️