אידישער ווינקל
5.11K subscribers
18.8K photos
5.24K videos
346 files
2.25K links
‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.

סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK

צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin

יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Download Telegram
מדינת ישראל עירפארס האט דורכגעפירט א שפיאנאזש באזירטע אטאקע אויף א געביידע אין דאכיא, לבנון, און עלימינירט דער קאמאנדיר פון כיזבאלא'ס אפעראציע איינהייט, איבראהים אקיל, אינאיינעם מיט ארום 10 קאמאנדירן פון די עליטע ראדוואן איינהייט אינערהאלב כיזבאלא.

לויט באריכטן האבן זיי זיך צוזאמגענומען צו רעדן איבער א פלאן ענליך צו וואס כאמאס האט דורכגעפירט אקטאבער זיבן, מיט פלענער איבער טעראריסטן וואס זאלן שטורעמען געגנטער אין צפון ארץ ישראל.

כן יאבדו כל אויביך השם.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אין יאר 1980 האט אקיל דירעקטירט דאס נעמען אמעריקאנער און דייטשער משכונות אין לבנון זיי האלטנדיג אין לאנד.

אין יאר 2019 האט די פאראייניגטע שטאטן דעזיגנירט אקיל אלס א ספעציעלער דעזיגנירטער גלאבאלער טעראריסט, און ארויפגעלייגט א זיבן מיליאן דאלער באלוין אויף זיין קאפּ.

▫️אידישער ווינקל ▫️
דורכאויס שבת האט כיזבאלא באשטעטיגט די טויט פון פילע קאמאנדירן פון כיזבאלא'ס עליטע ראדוואן איינהייט אין די אטאקע וואס האט געצילט איבראהים אקיל.

די צאל טויטע אין די אטאקע שטייט שוין ביי 31, כיזבאלא האט אויפגעטוישט איר פאן אין אפציעלע ערטער צו א רויטע פאן וואס זאגט נקמה.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מדינת ישראל זעלנער האבן היינט פארשלאסן די הויפטקווארטיר פון די אל דזשעזירע נייעס אגענטור אין ראמאללא, מיט א מיליטערישער פארארדענונג פון 45 טעג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
באריכטן אז די מדינת ישראל מיליטער האט גערופן טויזענטער רעזערוויסטן צו זייערע איינהייטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
Repost to win!🏆🏆

click the link for posting materials👇👇
https://bit.ly/NobleRaffle

send us the screenshots after 23 hrs.

Full video
https://youtu.be/mfr_SAlPJ10
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
באריכטן איבער צענדליגע מיסיל אויפרייסן און נוטראליזירטע ראקעטן אין די לופטן קומענדיג פון כיזבאלא, עס איז שוין די צווייטע אטאקע אין די לעצטע 24 שטונדן, די ערשטע אטאקע איז באשטאנען פון ארום 10-15 ראקעטן און האבן ב"ה נישט רעזולטירט אין אומגעקומענע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
סעמסאנג האט אין אן אימעיל געסטראשעט אירע אינדיאנע ארבעטער וועלכע פראטעסטירן פאר העכערע געהאלטן.

אין די אימעיל שרייבט סעמסאנג אז אויב וועלן די ארבעטער ווייטער פראטעסטירן און נישט קומען ארבעטן, וועלן זיי נישט באקומען באצאלט, און מעגליך אויסשטיין צו ווערן ארויסגעווארפן פון די פירמע.

▫️אידישער ווינקל ▫️
מערצעדעס האט גענידערט אירע פראפיט שאצונגען אויפן יאר צום צווייטן מאל אין בלויז צוויי מאנאטן, צוליב וואקסענדע כינעזער קאנקורענץ. שעירס אין די פירמע זענען אין רעזולטאט געפאלן צו איר נידעריגסטע פונקט אין צוויי יאר.

▫️אידישער ווינקל ▫️
א קוען פארעם אין גלילי איז געווארן באטראפן פון א כיזבאלא ראקעט, עטליכע קוען זענען געשטארבן, און שאדנס זענען באריכטעט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
טרעוויס קינג, דער זעלנער וואס איז אריינגעלאפן צו צפון קארעא לעצטע יאר, איז געווען פאראורטיילט דורך א מיליטערישער ריכטער פאר איין יאר טורמע, און צו פארלירן זיין מיליטערישע דינסט רעכטן אין שאנדע, נאכן זיך דערקלערן שולדיג אויפ'ן אנטלויפן און נישט פאלגן געזעצן, ער איז יעצט פריי נאכ'ן שוין דינען זיין צייט.

אין בילד: טרעוויס, מאמענטן איידער'ן אריינלויפן קיין צפון קארעא.

▫️אידישער ווינקל ▫️
חיפה האט זיך געטוישט צו שטאפל רויט, מיט אלע שולעס סוספענדירט פאר זונטאג.

▫️אידישער ווינקל ▫️
און דער געווינער איז...
פארשטייער פון גוגל'ס אטאנאמישע קאר פירמע 'וועימא' האבן זיך דריי מאל געטראפן מיט הייאנדעי פארשטייער צו דיסקוסירן א מעגליכע צוזאמארבעט.

אויב וועלן זיך די געשפרעכן ענדיגן סוקסעספול, וועט וועימא נוצן הייאנדעי'ס עלעקטראנישע מאדעל 'אייאניק 5' פאר זייער דרייווער-לאזע טעקסיס.

▫️אידישער ווינקל ▫️
פעדעקס האט באריכטעט שוואכערע פארדינסטן אויפן פערטל ווי ערווארטעט, אין רעזולטאט פון אינפלאציע ווען מענטשן זוכן ענדערש ביליגע אפציעס אנשטאט שנעל און טייער. שעירס אין די פירמע זענען געפאלן מיט 11% היינט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
די אמעריקאנער ענערגיע דעפארטמענט האט געמאלדן פלענער צו שענקען דריי ביליאן דאלער פאר 25 אמעריקאנער באטעריע פראדוצירער, אין א צייט ווען די ביידען אדמיניסטראציע ארבעט אוועק צו נעמען פראדוקציע פון כינע.

▫️אידישער ווינקל ▫️